מכתב יומי
א כסלו תשע"ח
November 19 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ויצא, ראש חודש כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך מחזק זיין מיט אלע עצות וואס דו האסט געלערנט אלע יארן אין ישיבה. זאלסט גיין דאווענען אין בית המדרש דריי מאל א טאג מיט מסירות נפש, אפילו עס איז דיר שווער, אפילו דו האסט טויזנט תירוצים - דאך זאלסטו געדענקען אז אויב מען גייט אין שול דריי מאל א טאג ווערט מען נאנט צום אייבערשטן, מען איז ממשיך אויף זיך די השגחה.
מענטשן מיינען אז מיר קענען שוין נישט זיין אן ערליכער איד, ווייל צו זיין אן ערליכער איד דארף מען טון עבודות און סיגופים וכו'; וויסן זאלסטו אבער, אז אן ערליכער איד איז איינער וואס גייט דריי מאל א טאג אין שול דאווענען מיט מנין, אפילו עס איז אים זייער שווער. צופרי דארף ער לויפן ברענגען פרנסה, ביינאכט איז ער זייער אויסגעמוטשעט, ווער רעדט נאך אינמיטן טאג ווען ער איז אריין געטון אין פרנסה וכו' - דאך גייט ער אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מסירות נפש.
אן ערליכער איד איז איינער וואס רעדט איידל, ער שרייט נישט און רעגט זיך נישט אויף ווען עס גייט נישט אזוי ווי ער האט געוואלט וכו'. ער רעדט שיין אין שטוב צו זיין ווייב און קינדער. ער מאכט פרייליך זיין ווייב, ער שטארקט איר און איז איר מחזק - דער איז אן ערליכער איד, אלעס אנדערש איז נארישקייטן.
אסאך בחורים און אינגעלייט מיינען אז צו זיין אן ערליכער איד דארף מען זיין א בטלן, האבן אן אלטע הויז מיט א שמאטע קאר, צעריסענע בגדים וכו' וכו'; דאס מאכט אז זיי זאלן אפלאזן זייער רצון צו וועלן זיין נאנט צום אייבערשטן. זייער אסאך זענען זיך טועה אין דעם, זיי מיינען אז א ל"ו צדיק גייט מיט צעריסענע בגדים און שמוציג אנגעטון. עס איז נישט אזוי, נאר א צדיק איז איינער וואס טראכט פונעם אייבערשטן א גאנצן טאג. ער לעבט מיט אמונה און גייט ארום פרייליך.
ר' נחמן טולטשינער זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "די וועלט מיינט אז צו זיין א צדיק דארף מען האבן צען קב מרה שחורה, און צו זיין פון די ל"ו צדיקים דארף מען זיין א וואסער טרעגער; עס איז נישט אזוי - פלעגט ער אויספירן - מען קען זיין א פרייליכע איד און זיין א גרויסע צדיק. מען קען זיין א גרויסער עשיר אזוי ווי ר' אברהם בערניו (דעם רבינ'ס אייניקל) און זיין פון די ל"ו צדיקים".
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קטז): מענטשן זענען זיך טועה, זיי מיינען אז מען דארף דערקענען א צדיק פון אינדרויסן - פון זיין אנטון, פון זיין פנים וכו', אבער עס איז נישט אזוי - זאגט דער רבי, דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן פונקט אזוי ווי א צווייטן, נאר דער חילוק איז, אז זיין פנימיות איז גאר אן אנדערע ענין; דאס איז א טעות וואס זייער אסאך מענטשן מאכן, מען מיינט אז מען דארף גיין איינגעבויגן ווי אן איינגעבויגענער לולב, מיט געמאסטענע טריט וכו', צו זיין אן ערליכער איד, אבער דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצז): נישט דאס איז ענוה צו גיין מיט אן איינגעבויגענעם קאפ, מען קען גיין מיט א גראדע אויפגעהויבענע קאפ און זיין ביי זיך צעבראכן כחרס הנשבר.
דערפאר בעט איך דיר, זאלסט געדענקן וואס דער עיקר איז, וואס דער רבי וויל פון אונז; דער רבי וויל נישט מיר זאלן גיין איינגעבויגן, אדער מיט אנדערע נארישקייטן וכו', דער רבי וויל מען זאל אריין כאפן יעדן טאג אביסל תורה ותפילה. דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בריש ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מיין ליבער איידעם, איך בעט דיר זייער, זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא און שלחן ערוך. זאלסט חס ושלום נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פון עיקר א טפל; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט, און וואס עס איז געווען ביים רבי'ן אן עיקר - נאר תורה ותפילה ויראת שמים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.