מכתב יומי

ב כסלו תשע"ח

November 20 2017

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ב' כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק דיר און הייב אן פון דאסניי, קוק נישט אויף צוריק; דער  רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רסא): ווען א מענטש וויל אנהייבן דינען דעם אייבערשטן דארף ער פארגעסן וואס עס איז געווען, און אנהייבן פון יעצט; דאס איז דער סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין, נאר קוקן אויף פאראויס, נישט קוקן אויף צוריק. דער יצר הרע וויל נאר צעברעכן דעם מענטש מיט זיין עבר, ער האלט אין איין דערמאנען פארן מענטש אלע זיינע דורכפעלער וואס ער איז דורכגעפאלן, און ווען א מענטש טראכט פון וואס ער האט געטון ווערט ער אפגעשוואכט און האט נישט די כוחות זיך צו באנייען, וואס טוט ער, לויפט ער צוריק צו זיינע אלטע מעשים.


דער הייליגער רבי זאגט (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קפט) דער יצר הרע דארף נישט די עבירה פונעם מענטש, ער דארף די מרירות, די ביטערקייט, די צעבראכנקייט - וואס קומט נאכן טון עבירות, ער וויל אפשוואכן דעם מענטש ער זאל שוין נישט פרובירן נאכאמאל צו זיין אן ערליכער איד. דער ס"מ ווייסט אז מען קען תשובה טון אויף עבירות, מיט דעם אלעם ארבעט ער טאג און נאכט אראפ צו ווארפן מענטשן אין עבירות, נאר ווייל ער וויל אוועק נעמען דעם ווילן פון א איד, אז דער איד זאל שוין נישט וועלן פרובירן צו טון מצוות ומעשים טובים.


דערפאר טייערע ברודער, ליבער ..., הייב אן פון דאסניי, קוק נישט וואס איז געווען; ממה נפשך, האסטו געטון זאכן וואס מען דארף נישט טון, האסט געטון נארישקייטן, זאג פארן אייבערשטן אז דו טוסט תשובה, זאג: "באשעפער זיסער, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין וואויל, יעדעס מאל זאג איך דיר צו אז איך גיי מער נישט טון נארישקייטן און נאכדעם פאל איך צוריק אראפ. איך ווייס נישט וואס צו טון, פון איין זייט וויל איך אזוי שטארק זיין גוט און ערליך, און פון די אנדערע זייט פאל איך אראפ נאכאמאל און נאכאמאל אן אן אויפהער, וואס וועט זיין מיט מיר? טאטע זיסער, טאטע געטרייער, קוק מיין צער, קוק מיינע בזיונות וואס איך גיי אריבער, העלף מיר איך זאל זיין צו דיר געטריי, איך זאל מער נישט צוריק לויפן צו מיינע אלטע מעשים, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך וכו'". האסטו זיך אויפגעפירט גוט, דאנק דעם אייבערשטן, און הייב אויך אן פון דאסניי דינען דעם אייבערשטן.


א מענטש דארף האבן אמונה, מען דארף גלייבן אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, ער טוט אלעס, ער איז אלעס, און אלעס איז ער, עס איז נישט דא קיין שום מציאות אויסער דעם אייבערשטן, וואס מען וויל דארף מען אים בעטן. ווי מער א מענטש חזר'ט זיך איין די אמונה, ווי מער א מענטש נעמט אריין אין זיך די ריינע אמונה, האט ער א בעסערער לעבן, א זיסער לעבן. ליבער ברידער מיר האבן א גרויסער באשעפער, געב נישט אויף, קום צו אים נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, בעט אים נאכמאל אז ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, וועסטו זען אז עס וועט דיר בעסער ווערן.


מען דארף האבן בזה העולם אסאך געדולד, ווייל עס גייט נישט אין איין מינוט, עס נעמט צייט ווי לאנג א מענטש איז זוכה צו אנטלויפן פון זיינע אלטע מעשים, עס נעמט צייט ווי לאנג א מענטש איז זוכה צו ווערן אן ערליכער איד, מען דארף האבן סבלנות אויס צו ווארטן די ישועה זאל אנקומען. דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן כח זיך צו דערהאלטן און ווייטער דאווענען און לערנען און נישט קוקן אויף די אלע חלישות הדעת וואס דו גייסט אריבער.


אויך בעט איך דיר זייער מיין טייערע ליבער ..., גיי אביסל הפצה; "הפצה" איז אונזער איינציגסטער נחמה, "הפצה" דאס איז אונזער תיקון, "הפצה" וועט אונז ברענגען הצלחה, מיט "הפצה" וועלן מיר גיין אנקעגן משיח צדקינו, מיר וועלן זיך נישט שעמען פון אים, מיר וועלן האבן א חלק אין די גאולה שלימה. "הפצה" דאס איז ביים אייבערשטן חשוב, "הפצה" דאס איז די גרעסטע זאך ביים הייליגן רבי'ן, "הפצה" דאס איז וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אונז געהייסן טון. דאס איז א סימן אז מיר זענען דבוק צו אונזער רבי'ן, דאס איז א סימן אז מיר ווילן העלפן אונזער רבי, "הפצה" און נאכאמאל "הפצה" און נאכאמאל "הפצה". 


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.