מכתב יומי

כח חשון תשע"ח

November 17 2017

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תולדות שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף אז דו לערנסט יעדן טאג דעם דף גמרא; חכמינו זכרונם לברכה זאגן אינעם היינטיגן דף (מכות יב): דריי טעותים וועט דער יצר הרע מאכן ווען משיח וועט קומען ווען ער וועט זען ווי דער אייבערשטער וויל אים שחט'ן - ער וועט אנטלויפן קיין 'בצרה', מיינענדיג אז דאס איז 'בצר' איינע פון די ערי מקלט שטעט וואו מען קען זיך ראטעווען פון מיתה, דער צווייטע טעות וואס ער וועט מאכן - ער וועט מיינען אז א מזיד קען אויך אנטלויפן און זיך ראטעווען פון מיתה, אבער באמת העלפט נאר די ערי מקלט פאר א שוגג, די דריטע טעות וועט ער מאכן – אז ער וועט מיינען אז די ערי מקלט העלפט אויך פאר א מלאך, ביז דערווייל העלפט דאס נאר פאר א מענטש נישט פאר א מלאך.


דער הייליגער ישמח משה פרעגט (ישמח משה, פרשת וזאת הברכה): "ווי אזוי קען זיין אז דער ס"מ גייט מאכן די דריי טעותים, ער הערט דאך יעדע שבת ווי מען זינגט ביי די זמירות 'בְּבוֹאוֹ מֵאֱדוֹם חֲמוּץ בְּגָדִים וְכוּ'' וואו מען רעכנט אויס אלע דריי טעותים וואס ער גייט מאכן, ווייסט ער דאך שוין וואס נישט צו טון?" זאגט דער הייליגער ישמח משה, "מוז זיין, אז ווען א איד זינגט זמירות שיקט דער אייבערשטער ארויס דעם ס"מ ער זאל נישט הערן ווי מען פארציילט די טעותים וואס ער גייט מאכן"; זעט מען פון דעם ווי חשוב עס איז ביים אייבערשטן ווען א איד זינגט זמירות, אז דער אייבערשטער פארטרייבט דעם ס"מ, און אז דער ס"מ איז נישט דארט איז דאך זייער א הייליגער זמן דעמאלט.


מיר איז שווער, פארוואס שטעלט זיך דער הייליגער ישמח משה נאר אויף דעם, אז דער ס"מ הערט ווי מען זינגט זמירות וועט ער הערן ווי מען פארציילט זיינע טעותים וכו', דער קשיא איז נישט נאר ביי זמירות, נאר יעדעס מאל ווען א איד לערנט די גמרא (מכות יב) וואו מען רעכנט אויס די דריי טעותים וואס דער ס"מ גייט מאכן הערט דאך דאס דער ס"מ, פארוואס שטעלט זיך דער ישמח משה נאר אויף די פאל ווען מען זינגט זמירות? נאר ווען א איד לערענט תורה איז דאך זיכער אז דער ס"מ האט נישט קיין שום שליטה אויף אים, ווייל גמרא פארברענט אלע קליפות אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד); ממילא איז דאס שוין בכלל נישט שווער, ווייל ער קען נישט צוקומען צו א איד וואס לערנט תורה, דער קשיא איז נאר ביי זמירות שבת וואס עס זעט אויס אז דאס איז נישט קיין תורה.


אלעס וועט דער ס"מ לאזן טון - נאר נישט עפענען די הייליגע גמרא; איך בעט דיר זייער, מיין טייערע ..., הייב היינט אן דעם דף גמרא (די היינטיגע דף איז מכות יב), דו וועסט שפירן אן אנדערע טעם אין דיין לעבן; דיינע טעג וועלן נישט זיין פיסט, דיין לעבן וועט דיר נישט זיין נימוס, דו וועסט שפירן א טעם אין אלעס וואס די טוסט.


א מענטש וואס לערנט יעדן טאג א דף גמרא איז אן ענין אחר לגמרי; קוק נישט צי דו פארשטייסט יא אדער דו פארשטייסט נישט, דו פאלג דעם רבי'ן, זאג א דף גמרא יעדן טאג וועט דיר דאס לעבן גיין גרינגער.


זע צו זינגען שבת די זמירות; דיינע קינדער וועלן דאס געדענקען במשך זייער גאנץ לעבן. עס איז אזוי חשוב ביים אייבערשטן ווען א איד זינגט זמירות, עד כדי כך אז דער אייבערשטער טרייבט ארויס פון שטוב דעם ס"מ, אזוי ווי דער הייליגער ישמח משה זאגט (כנ"ל).


א גוט שבת.