מכתב יומי

א ניסן תשפ

March 26 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר,


לאמיר זיך שטארקן, לאמיר זיך נישט פארלירן; אלעס וואס פאסירט איז נאר ווייל דער אייבערשטער וויל זען צו וועם מיר וועלן זיך ווענדן ווען עס וועט אריבער גיין שווערע צייטן.


יעצט דארפן מיר נוצן די עצות פון רבי'ן וואס מיר הערן א גאנץ יאר; יעצט איז די צייט צו נוצן די אוצרות און טיילן פאר אנדערע דערפון.


פארגעס נישט: "מיר ליגן אין די הענט פונעם אייבערשטן"; נישט קאראנע הרג'עט דעם מענטש. דער אייבערשטער מאכט אלעס מיט א חשבון, מען דארף נאר גיין צו אים און אים בעטן ער זאל אונז העלפן.


נישט דא וואס צו טון; א שאד צו שטיין און פלוישן און רעדן נאכאמאל און נאכאמאל פון די קאראנע, ענדערש זאג א שטילע תפילה: "הייליגער באשעפער, העלף אונז, האב רחמנות אויף אידישע קינדער, האב רחמנות אויף אלע וואס ליגן אין בעט נישט געזונט, אלע חולי ישראל, הייליגער באשעפער שוק אונז א רפואה, נאר דו אייבערשטער קענסט אונז העלפן, אלע אויגן זענען געוואנדן צו דיר אייבערשטער, אלע הערצער קוקן נאר צו דיר, אלע שטייען און ווארטן דו זאלסט אונז העלפן".


היינט נאכט אום ניין אזייגער וועט פארקומען די וועכנטליכע שיעור אויפ'ן טעלעפאן; היות מען קען זיך נישט צוזאמקומען וועט מען קענען מיט האלטן דעם שיעור אויפ'ן טעלעפאן, אויף "קול אמונה".