מכתב יומי

ד ניסן תשפ

March 29 2020

[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר,


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן א רבי וואס געבט אונז א קלארע אמונה אינעם אייבערשטן.


די גאנצע לעבן איז גאר אנדערש ווען מען לעבט מיט אמונה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה – חַיָּיו חַיִּים", ווער עס האט אמונה איז אים דאס לעבן א לעבן, "וְהוּא מְבַלֶּה יְמֵי חַיָּיו בְּטוֹב תָּמִיד", און ער פארברענגט זיינע טעג און יארן נאר מיט גוטס. "כִּי כְּשֶׁהוֹלֵךְ לוֹ כָּרָאוּי וְיֵשׁ לוֹ טוֹב, בְּוַדַּאי טוֹב לוֹ", ווייל ווען עס גייט אים אלעס אזוי ווי ער וויל, איז דאך גוט, "וַאֲפִלּוּ כְּשֶׁאֵינוֹ כָּךְ, דְּהַיְנוּ שֶׁאֵין מִתְנַהֵג לוֹ כְּסֵדֶר וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִין חַס וְשָׁלוֹם גַּם־כֵּן טוֹב", און אפילו ווען עס גייט אים נישט גוט, ער ליידט יסורים חס ושלום - איז אים אויך גוט,"כִּי הוּא בָּטוּחַ שֶׁאַף־עַל־פִּי־כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו לְהַבָּא וְיֵיטִיב אַחֲרִיתוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁהַכֹּל מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ בְּוַדַּאי הַכֹּל לְטוֹבָה", ווייל ער פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן און אים העלפן. ווייל אז דער אייבערשטער ברענגט מיר די שלעכטס איז דאך זיכער אז דאס איז גוט פאר מיר, "אֲבָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה חַס וְשָׁלוֹם, חַיָּיו אֵינָם חַיִּים כְּלָל, כִּי תֵּכֶף כְּשֶׁעוֹבֵר עָלָיו אֵיזֶה רָעָה שׁוּב אֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת, כִּי אֵין לוֹ בַּמֶּה לְנַחֵם עַצְמוֹ כְּלָל, מֵאַחַר שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה כְּלָל, וְאֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת וְשׁוּם טוֹב, מֵאַחַר שֶׁהוֹלֵךְ בְּלִי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּבְלִי הַשְׁגָּחָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", אבער דער וואס האט נישט קיין אמונה האט נישט קיין לעבן, ווייל ווי נאר עס גייט אים עפעס שלעכטס האט ער נישט קיין שום טרייסט, ער האט זיך נישט מיט וואס צו טרייסטן ווייל ער גלייבט דאך נישט אינעם אייבערשטן רחמנא לצלן, "אֲבָל עַל־יְדֵי אֱמוּנָה מַה טּוֹב וְיָפֶה הַחִיּוּת שֶׁלּוֹ כַּנַּ"ל", אבער דער וואס לעבט מיט אמונה האט א שיינע זיסע לעבן.


זע צו לערנען דיינע שיעורים כסדרן; אביסל חומש רש"י, אביסל משניות און אסאך בלעטער גמרא. דאס וועט איבער בלייבן פון אונז, דאס נעמט מען מיט, עפעס אנדערש איז א דמיון. דעם פארגאנגענעם שבת איז געווען דער יארצייט פון אונזער חבר שמעון ענדצווייג עליו השלום; ער האט זיך אנגעגרייט אסאך משניות און גמרא, יעצט איז אים גוט, יעצט האט ער מנוחה, ער זיצט אויבן אין גן עדן און לערנט די הייליגע תורה וואס ער האט אריין געכאפט די צוויי יאר אין ישיבה; זאלסטו אויך אריין כאפן לערנען דיינע שיעורים וועסטו האבן וואס מיט צו נעמען.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - א' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר,


איך בעט דיר זייער שטארק זיך מיט אמונה; ווער נישט פארלוירן, מען טאר נישט אויפגעבן, דער אייבערשטער וועט העלפן, עס וועט קומען א רפואה; דער אייבערשטער ווארט מיר זאלן עפענען אונזער מויל צו אים, מען זאל זיך ווענדן צו אים, אים בעטן פאר רחמנות אויף אידישע קינדער און אויף די גאנצע וועלט.


דער אייבערשטער וויל נאר איין זאך, דאס מיר זאלן אנערקענען אז מיר קענען גארנישט; מיר זענען יעצט אין א מצב וואס אלע זעען ווי דער (דברים ח, יז): "כֹּחִי וְעֹצֶם יָדִי" איז צעזעצט און צעשמעטערט, נישט דא אויף וועמען זיך צו פארלאזן; יעדער איז מודה אז מען האט נישט קיין עצה, מען האט נישט קיין וועג ארויס פון די מחלה קאראנע. אלע שטארקע לענדער, אלע מעכטיגע לענדער שטייען פארלוירן און זאגן אפן אז עס איז נישט דא קיין עצה, אלע זאגן מיט אן אפענעם מויל (סוטה מט): "עַל מִי לָנוּ לְהִשָּׁעֵן? עַל אָבִינוּ שֶׁבַּשָּׁמָיִם", נישט דא אויף וועם זיך צו פארלאזן נאר אויפ'ן הייליגן באשעפער.


קויף זיך איין מצה, קוק נישט אויף געלט; מען דארף צאלן געלט פאר א מצוה. דער זוהר הקדוש זאגט (שמות, קכח.): אויפ'ן פסוק (שמות כה, ב): "וְיִקְחוּ לִי תְּרוּמָה מֵאֵת כָּל אִישׁ אֲשֶׁר יִדְּבֶנּוּ לִבּוֹ תִּקְחוּ אֶת תְּרוּמָתִי - הַאי מַאן דְּבָעֵי לְאִשְׁתַּדְּלָא בְּמִצְוָה, וּלְאִשְׁתַּדְּלָא בֵּיהּ בְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא, אִצְטְרִיךְ דְּלָא יִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ בְּרֵיקָנַיָּיא וּבְמַגָּנָא, אֶלָּא אִצְטְרִיךְ לֵיהּ לְבַר נָשׁ לְאִשְׁתַּדְּלָא בֵּיהּ כַּדְקָא יֵאוֹת כְּפוּם חֵילֵיהּ", ווען א מענטש טוט א מצוה דארף מען באצאלן געלט פאר די מצוה, דורך דעם איז מען זוכה צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, עיין שם.


מיט די הייליגע מצה וועלן מיר מבטל זיין אלע מחלות און חלאים רעים; מצה איז א מעדעצין, אזוי ווי דער זוהר הקדוש רופט דאס אן (פרשת בא, מא.): "מֵיכְלָא דִּמְהֵימְנוּתָא", אן עסן פון אמונה; ווייל דורך מצה ווערט געשטארקט די אמונה. ווידער אויף א צווייטע פלאץ (פרשת תצוה, קפג:) רופט עס דער זוהר אן: "מֵיכְלָא דְּאַסְוָותָא", אן עסן פון רפואה; מצה היילט אויס דעם מענטש. מוהרא"ש זאגט אז מיט'ן רבינ'ס ווערטער איז דאס איין זאך, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות און זיי ליידן דאס נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; קומט אויס אז ווען מען עסט מצה און עס ווערט געשטארקט די אמונה ווערט מען אויסגעהיילט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו מקבל זיין די ליכטיגע טעג, מיר זאלן ארויסגיין פון אונזער אייגענע מצרים, אונזער קטנות הדעת; מיר זאלן זוכה זיין צו שפירן דעם אייבערשטן, נישט מורא האבן פון קיינעם.