מכתב יומי

כט אדר תשפ

March 25 2020

[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר,


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך בין געזונט און מיין ווייב און קינדער זענען געזונט. מענטשן רופן מיר פון ארץ ישראל אויב איך בין געווארן אנגעשטעקט מיט די מחלה קאראנע ה' ירחם; געלויבט דעם אייבערשטן אז איך בין געווארן אנגעשטעקט פאר פופצן יאר צוריק מיט אמונה, מיט מוהרא"ש און איך שטעק אן אלעמען מיט דעם. דער אייבערשטער זאל מיר העלפן איך זאל בלייבן מיט די אנשטעקעניש פונעם צדיק און איך זאל אריבער פירן די אנשטעקעניש פאר די גאנצע וועלט.


די אנשטעקעניש פון מוהרא"ש קען מען איבער כאפן אפילו אויפ'ן טעלעפאן, אפילו יעצט ווען דו קענסט נישט קומען אין ישיבה, מען דארף אכטונג געבן זיך נישט צוזאמצוקומען מיט אנדערע, זאלסטו רופן "קול אמונה" און הערן די חיזוקים, אזוי וועסטו כאפן די אנשטעקעניש, די אמונה; עס וועט אריין גיין אין דיר די אמונה אזוי שטארק אז דו וועסט מער נישט מורא האבן פון גארנישט, דו וועסט לעבן א גוט לעבן.


א מפיץ דערציילט מיר אז נעכטן ביי הפצה האט אים איינער געזאגט: "איך געב זיך אכטונג א גאנץ יאר פון די קונטרסים אזוי ווי מען דארף זיך אכטונג געבן פון קאראנע", יענער האט נישט געוואלט נעמען די ספרים, יענער האט געהערט אסאך לשון הרע אויפ'ן רבי'ן, זאגט אים דער מפיץ: "יא, יא, ברסלב איז אזוי ווי די קאראנע, אזוי ווי די קאראנע גייט פון איינעם צום צווייטן, מען קען דאס נישט ביז דערווייל אפשטעלן, אזוי איז ברסלב"; ווען איינער ווערט אנגעשטעקט מיט ברסלב פירט ער דאס ווייטער פון איינעם צום צווייטן, מען קען דאס נישט און מען וועט דאס נישט קענען אפשטעלן.


איך בעט דיר זייער, יעצט ווען אלע זענען אזוי פארלוירן זאלסטו לערנען אסאך אשר בנחל און הערן אסאך שיעורים אויפ'ן טעלעפאן וכדומה אז דו זאלסט בלייבן שטארק מיט אמונה, נישט ווערן פארלוירן.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


גיי אביסל ארויס פון שטוב מיט דיין ווייב שפאצירן; אפילו יעצט ווען מען דארף זיין איינגעשפארט אין שטוב מיינט מען נישט צו זאגן אז מען זאל זיצן אין שטוב טאג און נאכט, פון זיצן אין שטוב קען מען באקומען ערגערס פון קאראנע, מען מיינט צו זאגן מען זאל אכטונג געבן פון אנדערע, אבער אז מען גייט אליינס אביסל ארום די גאס איז זייער וויכטיג.


זיי פרייליך; מיט שמחה וועלן מיר מבטל זיין די קאראנע און אלע אנדערע מחלות וחלאים רעים. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "בִשְׁבִיל זֶה נִקְרָאִין הַשִּׂמְחָה וְהָרִקּוּדִין חוֹלָה", דערפאר רופט מען אן טאנצן און זיין פרייליך מיט'ן לשון פון חולה, "כִּי הֵם תִּקּוּן הַחוֹלַאַת", ווייל טאנצן און זיין פרייליך היילט אויס אלע קרענק.


יעצט אין די טעג וואס מיר דארפן פועל'ן א רפואה פאר די וועלט, נעם א ליקוטי מוהר"ן און לערן יעדן טאג די תורה (שם): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און אוועק נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפ'ן מענטש קומט נאר צוליב עצבות און מרה שחורה. און דער רבי זאגט ווייטער: "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִֹֹּמְחָה הוּא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אויך די דאקטורים זענען מודה אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.


מענטשן רופן מיר פרעגן צי איך בין אנגעשטעקט געווארן מיט די קאראנע השם ישמרינו; געלויבט דעם אייבערשטן אז איך בין געזונט און שטארק, איך בין אנגעשטעקט מיט עפעס אנדערש, איך בין אנגעשטעקט מיט מוהרא"ש, מיט'ן רבי'ן.


זיי פרייליך.