מכתב יומי

ב ניסן תשפ"א

March 15 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויקרא, ב' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ...  נרו יאיר


נעכטן איז געווען א חתונה אין ישיבה, עס האט געהאט אלע טעמים; עס איז געווען זייער א שטארקע שמחה. היינט אינדערפרי איז געווען א ברית אין ישיבה, ביי האברך היקר לי ... נרו יאיר. אויך איז געווען נעכטן נאכט נאך א שידוך אין ישיבה, א תלמיד הישיבה מיט א תלמידה פון בית פיגא. מארגן נאכט וועט אויך זיין א חתונה אין ישיבה. עס גייט אן שמחות; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיך נישט אפשטעלן.


איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צוצוגיין צום הייליגן יום טוב פסח מיט נאך אפאר שידוכים. איך וויל טון וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן מיט מסירות נפש.


מוהרא"ש האט זיך גע'הרג'עט און גע'שחט'ן פאר אידישע קינדער; מוהרא"ש האט דערציילט, ער האט מיטגעהאלטן אלס בחור ווי הרב הקדוש רבי דוד יצחק אייזיק מסקאליע זכותו יגן עלינו טובל'ט זיך, ער האט געהערט ווי ער שרייט: "סקילה! שריפה! הרג! חנק!" מוהרא"ש פלעגט נאכמאכן די תנועה זיינע ווי אזוי ער האט דאס געזאגט; וואס זאל איך דיר זאגן, איך האב נישט געהערט ווי מוהרא"ש זאגט דאס, אבער איך האב געזען מיט מיינע אויגן ווי מוהרא"ש ווערט פארשטיינערט, פארברענט, גע'הרג'עט און דערווארגן - פאר אידישע קינדער; ער האט געמאכט שידוכים ווען אלע צייטונגען האבן געשריבן אויף אים, מען האט אים געוואלט לייגן אין תפיסה; דאך האט ער אלעס געטון אריינצוברענגען קדושה אין אידישע קינדער.


זיי נישט קיין בטלן; הייב אן ספר ויקרא. נעכטן האבן מיר אנגעהויבן א נייע ספר; פארוואס זאלסטו נישט לערנען אביסל חומש יעדן טאג מיט'ן תרגום? וואס בלייבט דען פונעם מענטש? נאר דאס ביסל תורה, נאר דאס ביסל חומש, משניות און גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויקרא, ב' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד אנשי שלומינו, תושבי קרית ברסלב, ה' עליהם יחיו


היינט וועט זיין א שיעור כללי פונעם דיין שליט"א, איך וויל אז יעדער איינער אן אויסנאם זאל קומען צום שיעור.


אך און וויי אז מען גייט צו צום יום טוב אן וויסן די הלכות; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְלֹא עַם הָאָרֶץ חָסִיד"; ווי קען מען אריינברענגען דעם יום טוב אן לערנען די הלכות?!


נאכן שיעור וועט מען קענען פארקויפן די חמץ ביים דיין שליט"א.


אויך זאל מען שטיצן אנשי שלומינו; האברך היקר ... האט יעצט געעפנט די גראסערי אין שטעטל, זאל מען איינקויפן ביי אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.