מכתב יומי
א סיון תשע"ט
June 04 2019
‹ ›[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
שטארק זיך מיט אמונה וועסטו קענען לוחם זיין מיט דיינע שווערע נסיונות וכו'.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לו): ווען עס ברענט אינעם מענטש תאות ניאוף רחמנא לצלן זאל מען זאגן דעם פסוק: "שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד", און: "בָּרוּךְ שֵׁם כְּבוֹד מַלְכוּתוֹ לְעוֹלָם וָעֶד"; ווייל מען קען נישט ניצול ווערן פון די תאוה נאר דורך אמונה, אז מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער איז דא, ער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר - נאר אזוי קען מען זיך ראטעווען פון די שרעקליכע תאוה. און דער רבי זאגט (שם) אז ווען א מענטש זעט ווי ער איז זייער אייגעזינקען אין די תאוה רחמנא לצלן זאל ער וויינען בשעת ער זאגט די צוויי פסוקים און דאס וועט אים ראטעווען פון די סכנה; ווייל ווי נאר מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער איז דא, ראטעוועט דאס דעם מענטש פון עבירות.
בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר היטן פון ווערן אריינגעכאפט אין די ביטערע תאוה; שרייב זיך אויס פון די שלעכטע גרופס וואו מען קען זען אפענע ניאוף.
געדענק וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קח): "אַ מֶענְטְשׁ פוּן אֵיין תַּעֲנוּגְ'ל וֶועגְן פוּן אַ פֶערְטְל שָׁעָה, קָאן עֶר אָן וֶוערְן גָאר דֶעם עוֹלָם הַזֶּה מִיט דֶעם עוֹלָם הַבָּא", האב רחמנות אויף דיר, אויף דיין ווייב און קינדער, און האק אפ אלע שלעכטע קשרים פון עבירות. זוך דיר ערליכע חברים וואס זייער עיקר דיבורים איז פון התחזקות און עצות אויף יראת שמים.
א גוטן חודש!
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ג' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
א שאד אז דו נוצט נישט די עצה פון התבודדות, ווייל ווען דו נוצט ווען די עצה וואלט דיר אסאך גרינגער געווען דיין לעבן. פרוביר אויס צו רעדן צום אייבערשטן אפאר מינוט און אים דערציילן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר - וועט דיר אלעס גרינגער ווערן.
איך בין אמאל געווען ביי מוהרא"ש זכרונו לברכה, דאס איז געווען ממש אין אנהייב פון מיין התקרבות, און איך האב דערציילט פאר מוהרא"ש וואס עס גייט אריבער אויף מיר וכו' וכו', איך האב געבעטן מוהרא"ש ער זאל מיר געבן אן עצה אויף ישוב הדעת; איך בין דעמאלט געווען זייער מבולבל וכו', האט מוהרא"ש מיר געזאגט: "רעד יעדן טאג צום אייבערשטן פינף מינוט", (מוהרא"ש האט מיר געוויזן מיט די פינף פינגערס) "רעד יעדן טאג צום אייבערשטן פינף מינוט וועסטו האבן ישוב הדעת און דו וועסט נישט זיין מבולבל", וכו'. בשעת איך האב גערעדט מיט מוהרא"ש ז"ל איז אנוועזנד געווען אין צימער איינער פון תלמידי היכל הקודש, רופט ער זיך אן צו מיר: "מוהרא"ש מיינט צו זאגן אז אויב דו וועסט רעדן דא פינף מינוט, דארט פינף מינוט און אזוי ווייטער, וועט ווערן דערפון א שעה", רופט זיך אן מוהרא"ש ז"ל: "ניין, ניין! 'רעד פינף מינוט' וועסטו ארויס גיין פון אלע פראבלעמען".
דאס זאג איך דיר אויך: פרוביר דאס אויס, רעד זיך אויס צום אייבערשטן אויף אידיש – אויף דיין מאמע לשון, בעט אים: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האבן יישוב הדעת, איך זאל וויסן וואס צו טון דא אויף די וועלט; איך ווייס נישט וואס צו טון מיט מיינע פראבלעמען וכו' וכו'", אזוי זאלסטו רעדן צו אים וועט דיר ווערן גרינגער.
לאז שוין אפ מיט דיין עקשנות וכו'; געדענק וואס דער אייבערשטער האט געזאגט פאר אברהם אבינו (בראשית כא, יב): "כֹּל אֲשֶׁר תֹּאמַר אֵלֶיךָ שָׂרָה שְׁמַע בְּקֹלָהּ", וואס שרה וועט דיר זאגן זאלסטו טון; דיין ווייב ווייסט און פארשטייט דיר זייער גוט, בעסער ווי דו פארשטייסט זיך אליין, וד"ל.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.