מכתב יומי
כט אייר תשע"ט
June 03 2019
‹ ›[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר ווייסן פונעם הייליגן רבי'ן און פון זיינע תלמידים; דער רבי לאזט נישט פאלן, דער רבי שטארקט אונז מיר זאלן נישט אויפגעבן, אפילו עס גייט אריבער ביטערע שווערע צייטן אויף א מענטש זאל ער ווייטער גלייבן אינעם אייבערשטן.
ווער איז חשוב אויבן אין הימל? דער איד וואס געבט נישט אויף, און אפילו עס גייט אריבער וכו' וכו' בלייבט ער דינען דעם אייבערשטן. דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דו ווייסט וועם דער אייבערשטער האט ליב? דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד"; א מענטש וואס עס גייט אריבער אויף אים ביטערע שווערע נסיונות און ער דערהאלט זיך - אים האט דער אייבערשטער ליב.
דאס וואס דו מוטשעסט זיך יעצט וכו' - דאס וועט פארביי גיין; גיי אביסל הפצה, גיי ביי די הייזער נאך געלט וועסטו קענען אהיים ברענגען געלט פאר דיין ווייב און קינדער. געדענק וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט: "עס איז נישט קיין בושה צו גיין נאך געלט אדער צו נעמען א פשוט'ע ארבעט וכו', א בושה איז אז מען בארגט און מען באצאלט נישט"; אין אזא פאל ווערט מען אנגערופן א רשע, "לֹוֶה רָשָׁע וְלֹא יְשַׁלֵּם" - א רשע בארגט און באצאלט נישט (תהלים לז, כא). גיי נאך געלט און באצאל צוביסליך, ווארט נישט ווען דו וועסט האבן צו באצאלן די גאנצע חוב אויף איין מאל. אז דו ביסט שולדיג אין גראסערי וכדומה א גרויסער חוב, ווארט נישט אויף ווען דו וועסט האבן דאס גאנצע געלט, נאר לייג אויפן חשבון א פינפער, א צענער, א צוואנציגער - וויפיל דו האסט אין טאש, וועסטו ביז א קורצע צייט אפצאלן אלע דיינע חובות.
אז דו פלאנסט צו זיין און אומאן ביי אונז צוזאמען מיט תלמידי היכל הקודש, וויל איך דיר בעטן אויב דו קענסט שוין יעצט באצאלן פאר דיין בעט (על כל פנים זיך איינשרייבן...) אזוי וועלן מיר וויסן וויפיל שטובער עס פעלט אויס אנצוגרייטן פאר ראש השנה הבא עלינו לטובה; מיר ווילן נישט אריין לייגן געלט צו ענדיגן שטובער וואס וועט נישט גענוצט ווערן די יאר, און דאס קענען מיר נאר וויסן אויב די וואס ווילן קומען שרייבן זיך שוין איין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
...
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
מאך זיך א שיעור אינעם הייליגן רבינ'ס ספרים. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, וְאָמַר בְּזוּ הַלָשׁוֹן: 'סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען'", נאך האט דער רבי געזאגט, אז ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכע איד.
מען זעט בגשמיות אז ווען א מענטש האט פארשטאפטע אדערן רחמנא לצלן און די בלוט קען נישט אנקומען צום הארץ, דאן זוכט מען א גוטן דאקטער וואס קען אויפשטאפן אלע פארשטאפטע אדערן כדי מען זאל נישט כאפן אן הארץ אטאקע חס ושלום, אזוי אויך דארף א מענטש זוכן א צדיק וואס קען אים אויסהיילן אז ער זאל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.
רבי נתן האט געזאגט פאר איינעם פון זיינע תלמידים: "יונגערמאן, חזר אסאך ליקוטי מוהר"ן ווייל צו א גוף וואס האט גע'חזר'ט אסאך ליקוטי מוהר"ן וועלן די ווערים אין קבר נישט צו קומען", נאך האט ער געזאגט פאר זיין הסתלקות: "אפילו א מענטש זאל זיין דער גרעסטער בעל עבירה, אויב וועט ער זיך האלטן אין רבי'ן וועט ער האבן א תיקון"; זעט מען פון דעם אז דער רבי האט א כח צו העלפן יעדן איינעם.
אזוי אויך זאלסטו לערנען אשר בנחל; מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ספרים און דאס אראפ געברענגט פאר אונז אויף א פשוט'ע שפראך. אזוי ווי מען צעדריקט אן עפל פאר א קינד וואס קען נאך נישט עסן קיין גאנצע עפל, אזוי האט מוהרא"ש געטון - צעדריקט און צעריבן דעם רבינ'ס ספרים פאר אונז פשוט'ע מענטשן וואס מיר פארשטייען נישט קיין טיפע תורות וכו', כדי אז מיר זאלן דאס אויך קענען פארשטיין און לעבן מיט דעם.
א מענטש וואס לערנט דעם ספר אשר בנחל ווערט נישט צעפאלן און צעבראכן ווען עס גייט איבער אויף אים שוועריקייטן; פרוביר דאס אויס וועסטו האבן התחזקות אין לעבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.