מכתב יומי

א סיון תשפ

May 24 2020

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


וואס גייט פאר מיט דיר? וואס ביסטו אזוי צעפאלן?


הער א מעשה וואס וועט דיר מחי' זיין. דער הייליגער צדיק הרב הקדוש רבי צדוק הכהן מלובלין זכותו יגן עלינו ברענגט א מעשה פלא אין זיין ספר פרי צדיק (חג השבועות, אות יג) אז דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפ'ן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי מיר, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחיה ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן, און איך האב גלייך געמאכט די ברכה שלא עשני גוי, מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען", זעט מען פון דעם ווי די צדיקים זענען זיך מחי' און מחזק מיט דעם אליינס אז מען איז א איד, דאס שטארקט דעם מענטש.


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט אנטון תפילין; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מד:): "כָּל הַמֵּנִּיחַ תְּפִילִין מַאֲרִיךְ יָמִים", ווער עס טוט אן תפילין וועט האבן אריכות ימים; אויך איז דאס א שמירה פאר אלעס שלעכטס, מען איז אפגעהיטן פון עבירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מג:): "רַבִּי אֱלִיעֶזֶר בֶּן יַעֲקֹב אוֹמֵר, כָּל שֶׁיֵּשׁ לוֹ תְּפִילִין בְּרֹאשׁוֹ, וּתְפִילִין בִּזְרוֹעוֹ, וְצִיצִית בְּבִגְדוֹ, וּמְזוּזָה בְּפִתְחוֹ - הַכֹּל בְּחִזּוּק שֶׁלֹא יֶחֱטָא", ווער עס טוט אן תפילין וועט נישט זינדיגן.


פריי זיך מיט די מצוות וואס דו טוסט; פריי זיך מיט די תפילין, ווען דו טוסט אן די תפילין זאלסטו טאנצן פאר שמחה אז דו ביסט זוכה צו טון אזא מצוה. איך געדענק ווי אזוי מוהרא"ש האט אנגעטון די תפילין מיט אזא שמחה, ער פלעגט זיך אונטער טאנצן בשעת'ן זאגן די ברכה.


געדענק וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אז דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן, דארפסטו גלייבן אז דו קענסט פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.