מכתב יומי

כז אייר תשפ

May 21 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


חסד איז זייער א גרויסע זאך, אזוי ווי מיר געפונען אז די וועלט שטייט אויף דריי זאכן, אויף תורה, עבודה און חסד (אבות א, ב); אבער וויסן זאלסטו אז חסד הייבט זיך אן אין שטוב; געב פאר דיין ווייב געלט און פיר זיך אויף ערליך.


געב פאר דיין ווייב געלט זי זאל האבן וואס זי דארף; פיר זיך אויף די וועג פון די תורה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין פד:): "לְעוֹלָם יֹאכַל אָדָם וְיִשְׁתֶּה פָּחוֹת מִמַּה שֶׁיֵשׁ לוֹ, וְיִלְבַּשׁ וְיִתְכַּסֶּה בְּמַה שֶׁיֵּשׁ לוֹ, וִיכַבֵּד אִשְׁתּוֹ וּבָנָיו יוֹתֵר מִמַּה שֶׁיֵּשׁ לוֹ", א מענטש זאל נישט אויסגעבן זיין גאנצע געלט פאר זיין עסן, אויך זאל ער נישט קויפן קיין קליידער פאר זיך אליין פאר מער געלט וויפיל ער האט, אבער ווען עס קומט צו די ווייב און קינדער זאל ער זיי מכבד זיין און זיי געבן מער געלט וויפיל ער האט.


זיין א קארגער, א קמצן - דאס איז נישט קיין אידישע מידה, דער זוהר הקדוש זאגט (תיקוני זוהר, הקדמה ב.): "קַמְצָן נָבָל בְּמָמוֹנֵיהּ, דְּלָאו אִיהוּ נָדִיב וְלָאו אִיהוּ מִזַרְעָא דְאֲבָהָן", א קמצן איז א נבל, דאס ווייזט אז ער שטאמט נישט פון אידן רחמנא לצלן.


אז דו וועסט געבן געלט פאר דיין ווייב זי זאל האבן פאר אירע געברויכן וועסטו האבן גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.