מכתב יומי

ב סיון תשפ

May 25 2020

[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן א חדר און א סקול פאר אונזערע קינדער וואו זיי וואקסן אויף אויפ'ן וועג פון הייליגן רבי'ן; די מלמדים און טיטשערס לייגן אריין אמונה אין זיי, מען לערענט זיי אויס אז וואס מען דארף אין לעבן זאל מען זיך נאר ווענדן צום אייבערשטן.


רוב עלטערן ווייסן נישט וואס די מוסד איז; וויפיל מען ארבעט מיט די קינדער, מען בויט זיי אויף זיי זאלן וויסן וואס די לעבן איז און זיי איינשפארן פראבלעמען וכו', וכו'. ווען דו זאלסט וויסן וויפיל כוחות עס גייט אריין אין דיינע קינדער וואלסטו נישט אויפגעהערט צו דאנקען די אלע וואס העלפן דיר.


עס וואלט געווען א שיינע זאך אז דו זאלסט צו גיין צו דיין זון'ס מלמד און אים דאנקען, אים ווייזן אז דו ביסט אים מכיר טובה; אז דו זאלסט דאנקען דעם מנהל און די מנהלת און אלע וואס זענען זיך מוסר נפש פאר'ן מוסד און זיכער נישט צוריק טון שלעכטס פאר די וואס געבן דיר גוטס, ווייל ווען א מענטש טוט צוריק שלעכטס פאר גוטס וועט ביים סוף פאסירן מיט אים נישט גוטס, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי יז, יג): "מֵשִׁיב רָעָה תַּחַת טוֹבָה, לֹא תָמוּשׁ רָעָה מִבֵּיתוֹ", ווער עס באצאלט צוריק שלעכטס פאר איינעם וואס האט אים געטון גוטס, זאל זיך נישט אפטון דאס שלעכטס פון אים.


וואויל איז דעם מענטש וואס איז מכיר טובה, ער באדאנקט זיך פאר די וואס העלפן אים און טוען גוטס פאר אים, וועט ער ווערן געבענטשט פונעם אייבערשטן.


איך האב אסאך צו שרייבן אבער איך מוז מקצר זיין, איך דארף אריין לויפן צו מיינע טייערע בחורים, מיינע טייערע תלמידים - זיי מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת נשא א', ג' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


טו וואס איך טו, לאך זיך אויס פון אלע מניעות און בלבולים וכו'; חזר זיך אז מיר זענען דא סך הכל געסט, נאך אביסל וועלן מיר אלעס איבערלאזן, א שאד זיך אויפעסן און זיך קריגן.


די אלע וואס זענען פארנומען אז ביי מוהרא"ש איז געווען אנדערש, ביי מוהרא"ש איז געווען אהער אהין; זאלסטו וויסן אז אונזער טיש איז שענער וכו', אונזער טיש ווערט שענער און שענער - אלעס נאר בזכות מוהרא"ש, אלעס נאר אין די כח פון מוהרא"ש. אזוי ווי די מעשה גייט, רבי נתן האט אמאל געזאגט: "מיין טיש איז שענער פון רבינ'ס טיש", איז געקומען אדל - דעם רבינ'ס טאכטער און געפרעגט רבי נתן: "אזוי רעדט מען? מיין טיש איז שענער פון רבינ'ס טיש"? האט רבי נתן איר געזאגט: "יא, מיין טיש איז שענער פון רבינ'ס טיש, אבער נאר בזכות פונעם רבי'ן", און מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מיין טיש איז שענער פון רבי נתן'ס טיש און פון רבינ'ס טיש, אבער אלעס בזכות פון רבי'ן", און אזוי גייט דאס ווייטער.


מאך זיך נישט צו טון פון קיינעם, קוק אויף זיך; נעם די ווערטער, די בריוו און די התחזקות פאר דיר. לעב מיט דעם, גיי מיט דעם און אנדערע וואס ווילן דאס נישט נעמען זאל זיי דער אייבערשטער העלפן מיט אלעס גוטס; דער עיקר זאלסטו זיך נישט מבלבל זיין פון קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.