מכתב יומי

כד אייר תשפ"ב

May 25 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בחוקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


דארפסט נישט קומען שבועות אין שטעטל, מאך נישט די זאכן; בלייב דא, מאך א שיינע יום טוב.


דער רבי געפונט זיך דארט וואו מען רעדט פון אים. יעדע פלאץ וואו עס קומען זיך צוזאם אנשי שלומינו בתמימות, מען רעדט פון רבי'ן און מען האט זיך ליב - דארט איז דער רבי.


מאך נישט דא אין היכל הקודש א חסידות, לויף מיך נישט נאך. אז דיין ווייב וויל בלייבן אין שטוב - זאלסטו איר נישט דרוקן צו קומען, מיר האבן איין מאל א יאר וואס מיר דארפן אוועק גיין פון שטוב, מיר גייען צום רבי'ן אויף ראש השנה, דעמאלט קוקט מען נישט אויף קיינעם.


טייערער ברודער, שטארק זיך, זיי פרייליך, זוך דאס גוטס ביי דיר, דארט וואו דו ביסט. דער הייליגער רבי איז אונז מגלה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כד) די הייליגע חכמים זאגן (בכורות ח:) די סבי דבי אתונא האבן געפרעגט רבי יהושע: "אֶמְצָעוּתָא דְּעָלְמָא הֵיכָא", וואו איז די מיטן פון די וועלט? "זַקְפָא לְאֶצְבָּעָתֵהּ", האט ער אויפגעהויבן זיינע פינגער, "אָמַר לְהוֹ: הָכָא", און געזאגט דא, "אָמְרוּ לֵהּ: מִי יֵימַר", האבן זיי געפרעגט ווער זאגט? "אָמַר", האט ער זיי געענטפערט: "אַיְתוּ אַשְׁלוּ וּמוֹשְׁחוּ", ברענגט שטריק און מעסט אפ די וועלט, וועט איר זען אז איך בין גערעכט; דער רבי איז מגלה א וואונדערליכע סוד, זיי האבן געפרעגט וואו קען מען שפירן דעם אייבערשטן? וואו איז די פרייליכסטע פלאץ? האט ער געזאגט "דא", פרעגן זיי: "ווער זאגט?" ענטפערט ער זיי: "זייט פרייליך, וועט איר זען אז וואו מען געפונט זיך - דארט איז די מיטן פון די וועלט".


ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך אמונה, ער ווייסט און גלייבט אז דער אייבערשטער איז דא, אלעס איז ער, דעמאלט, וואו ער איז, וואו ער געפונט זיך - איז אים גוט.


מאך א מנין שבועות ביי דיר, נעם זיך צוזאם מיט אנשי שלומינו. שבועות איז א צייט וואס מען קומט צום רבי'ן צו מקבל זיין די תורה פונדאסניי. דער רבי געפונט זיך איבעראל דארט וואו מען רעדט פון אים, דער רבי איז נישט מצומצם אין איין פלאץ.


א וואך נאך יום טוב שבועות מאכן מיר די יערליכע קאמפיין פאר די מוסדות, איך האף דו וועסט מיר העלפן אריינברענגען צדקה פון דיין משפחה, דיינע באקאנטע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.