מכתב יומי
א שבט תשע"ח
January 17 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן; דער רבי לערנט אונז אויס אז מיר זאלן זיך דערהאלטן אפילו עס איז זייער שווער. און אפילו אז מען האט שווערע נסיונות וכו' וכו', זאל מען עס דורך שטופן און גלייבן באמונה שלימה אז אלעס איז לטובה.
איך וויל דיר זייער בעטן אז דו זאלסט היינט אנהייבן מסכת עבודה זרה; נעכטן האבן מיר זוכה געווען צו ענדיגן מסכת שבועות און היינט הייבן מיר אן א נייע מסכת. איך בעט דיר מיין ליבער טייערער ..., כאפ דיך מיט, עפן די גמרא יעדן טאג און לערן א דף גמרא. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - דאך זאלסטו זאגן די ווערטער פון די גמרא, ווייל יעדעס ווארט תורה וואס א מענטש איז זוכה צו לערנען בזה העולם ווערט ער דורכדעם דעם נענטער צום אייבערשטן.
דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אפילו א מענטש וואס איז אראפ געפאלן אין שלעכטע מעשים, ער טוט נעבעך עבירות, ער זינדיגט וכו' וכו'; דאך, אויב וועט ער יעדן טאג לערנען תורה, וועט ער ווערן אן ערליכער איד און ער וועט ארויס קריכן פון זיין בלאטע". דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס א דף גמרא טוט פארן מענטש, ועל כולם אז עס רייסט ארויס דעם מענטש פון אלע שמוץ.
מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך; דער ס"מ וועט לאזן דעם מענטש אלעס טון, ביז עס קומט צו עפענען די גמרא. ער קומט מיט אן א שיעור תירוצים - באלד, שפעטער, מארגן, נעכטן וכו', ווייל גמרא איז פייער פאר אים און דאס פארברענט אים אינגאנצן. ווען א איד לערנט גמרא ווערן פארברענט אלע קליפות, דערפאר ווען ער זעט ווי א איד וויל אנהייבן לערנען גמרא, קומט ער מיט אלע סארט תירוצים פארוואס נישט צו לערנען.
איך בעט דיר זייער זאלסט געדענקען פארוואס מיר זענען געקומען צום רבי'ן, נאר אז דער רבי זאל אונז – דורך זיינע עצות - צוריק ברענגען צום אייבערשטן, דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן און לערנען יעדן טאג אביסל. דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם: "בַּקָּשָׁתִי מַאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", איך בעט דיר מיין ליבער איידעם, זאלסט יעדן טאג לערנען גמרא און הלכה, זאלסט נישט מאכן פון זאכן וואס זענען נישט וויכטיג אן עיקר וכו'; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט - נאר תורה ותפילה ויראת שמים. דערפאר הייב אן היינט מסכת עבודה זרה - א דף גמרא יעדן טאג. אפילו דו פארשטייסט נישט קיין איין ווארט, דאך זאלסטו זאגן די ווערטער און די תורה וועט דיר אינגאנצן אויסוואשן פון דיין שלעכטס.
מיר האבן היינט אין די גמרא (עבודה זרה ב.): "לְעָתִיד לָבֹא מֵבִיא הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא סֵפֶר תּוֹרָה וּמַנִּיחוֹ בְּחֵיקוֹ וְאוֹמֵר לְמִי שֶׁעָסַק בָּהּ יָבֹא וְיִטֹּל שְׂכָרוֹ", ווען משיח וועט קומען וועט דער אייבערשטער נעמען די תורה אויף זיין שויס און זאגן: "ווער עס האט געלערנט תורה זאל קומען נעמען שכר", ווייל (שם ג.): "אֲפִילוּ עוֹבֵד כּוֹכָבִים וְעוֹסֵק בַּתּוֹרָה הֲרֵי הוּא כְּכֹהֵן גָדוֹל"; זעט מען ווי חשוב תורה איז ביים אייבערשטן, אז ווען א מענטש לערנט תורה, ווערט ער נאנט צום אייבערשטן און חשוב ביים אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
היינט נאכט איז דא א פרויען צוזאמקום סיי אין ישיבה, סיי אין קרית יואל און אין דשערסי-סיטי פאר אלע נשות אנשי שלומינו; איך בעט דיר זייער, זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען נעמען אביסל חיזוק אנצוגיין אין לעבן.