מכתב יומי
ב שבט תשע"ח
January 18 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב נעכטן פארציילט פאר די פרויען א וואונדערליכע מעשה וואס האט יעצט פאסירט ביי איינע פון אונזערע תלמידים. א מעשה פון אמונה, א מעשה פון תפילה, א מעשה וואס ווייזט אז עס איז נישט דא קיין יאוש. די מעשה האט פאסירט פאריגע וואך און איך פארצייל עס ווייל זיי האבן מיר געבעטן אז איך זאל דאס מפרסם זיין.
ווען די פארפאלק האבן זיך דערוואוסט אז זיי ווארטן א שמחה זענען זיי געווען זייער פרייליך ביז זיי האבן געהערט וואס דער דאקטער האט זיי געזאגט, אז ער זעט אז דאס קינד איז נישט קיין געזונט קינד לא עלינו ולא עליכם און זיי האבן זיך זייער דערשראקן. דער אינגערמאן איז געקומען צו מיר פארגאנגענעם זומער מיט א געוויין מיט א געשריי מיר צו פארציילן די שלעכטע בשורה וואס דער דאקטער זאגט לא עלינו. איך האב אים מחזק געווען אז ער זאל זיך שטארקן מיט אמונה אינעם אייבערשטן און ער זאל וויסן אז מיט תפילה קען מען פועל'ן א ישועה. יעצט האבן זיי געמאכט א שמחה, עס איז זיי געבוירן געווארן א געזונט קינד, האבן זיי מיר געבעטן איך זאל דאס מפרסם זיין ווייל זיי האבן זיך פארגענומען אז אויב דער אייבערשטער וועט זיי העלפן וועלן זיי פארציילן די ניסים פאר אלעמען, אז יעדער זאל זען אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט און נאר צו אים דארף מען זיך ווענדן ווען מען האט א צרה.
אויך האט זיך די מאמע פארגענומען אז זי וועט מער אכטונג געבן אז איר קלייד ביי איר האלז זאל זיין צניעות'דיג, ווייל דער דאקטער האט געזאגט אז ער זעט אז די האלז פונעם קינד איז נישט בסדר וכו'; זעט מען ווי דער אייבערשטער העלפט ווען מען געבט אכטונג אויף צניעות. אויב א פרוי געבט אכטונג ווי אזוי זי טוט זיך אן, זי גייט נאר אנגעטון צניעות'דיג דעמאלט זאגט דער אייבערשטער: "איך וועל רוען ביי אייך אין שטוב" און אז דער אייבערשטער איז אין שטוב איז דא א ברכה, איז דא פרנסה, איז דא נחת, איז דא אלעס. אבער אז די פרוי גייט נישט אנגעטון צניעות'דיג טרייבט זי ארויס דעם אייבערשטן פון איר שטוב, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (דברים כג, טו): "וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ, וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער זאגט: "איר זאלט זיך פירן הייליג, ווייל אויב איר וועט זיך נישט פירן צניעות'דיג וועל איך אוועק גיין פון אייך".
איך בעט דיר זייער זאלסט נישט משוגע מאכן דיין ווייב זי זאל זיך אנטון מער פראסט וכו', נאר פארקערט, דו זאלסט איר געבן חיזוק אז זי זאל גיין אנגעטון מער בצניעות, נישט זאלסט אראפרייסן איר צניעות חס ושלום און איר זאגן: "טו דיר אן מער פראסט, מער אויפרייסעריש" וכו'.
די מעשה דארף דיר געבן א שטיקל קיצל צו זען ווי מען קען ווערן אין איין מינוט אומגליקליך און ווי דער אייבערשטער מאכט ניסים פאר די וואס נעמען זיך פאר צו גיין אנגעטון בצניעות.
די אלע וואס זאגן: "אין ברסלב קען מען טון וואס מען וויל" - דאס איז נישט אמת; אין ברסלב דארף מען פאלגן וואס די תורה זאגט. דער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל לערנען יעדן טאג הלכה און מען זאל זיך נישט אוועק רירן פון שולחן ערוך (עיין שיחות הר"ן, סימן כט).
מען דארף זייער אכטונג געבן אז מען זאל האבן א ערליכע שטוב, אז די ווייב זאל גיין אנגעטון בצניעות און די טעכטער זאלן גיין אנגעטון בצניעות, ברסלב איז געקניפט און געבינדן מיטן שולחן ערוך. עס איז נישט דא אזא זאך "אין ברסלב קען מען טון וואס מען וויל"; קוק וואס דער רבי זאגט צו פאר א פרוי וואס געבט אכטונג אויף איר צניעות (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה, מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס גייט בצניעות וועט האבן גוטע קינדער.
איך האף אז דו וועסט מחזק זיין דיין ווייב זי זאל זיין שטאלץ מיט איר איידלקייט און באשיידנקייט. דו וועסט איר זאגן: "איך שעץ דיר אז דו גייסט אנגעטון איידל", "איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן א ערליכע שטוב", אזוי וועסטו האבן נחת פון אלע דיינע קינדער, אמן.