מכתב יומי
כט טבת תשע"ח
January 16 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט זענען מיר מסיים מסכת שבועות; איך האף אז דו האסט אויך מסיים געווען דעם מסכת.
איך האף אז דו האסט שכל אריין צו כאפן יעדן טאג א דף גמרא, וואס דאס רייניגט דעם מענטש פון אלע שלעכטע מעשים.
מיר האבן היינט געהאט א שיינעם סיום אין ישיבה, וואס מיר האבן געמאכט פאר אלע אינגעלייט און בחורים וואס האלטן מיט דעם שיעור יעדן אינדערפרי.
מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, אז דער הייליגער רבי ר' מענדעלע רימענובער זכותו יגן עלינו, איז געווען דער בעל תפילה קבוע ראש השנה ביי זיין הייליגן רבי'ן, דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו; איין יאר האט זיך געמאכט אז ער האט נישט געוואלט צו גיין צום עמוד, ער האט זיך באהאלטן פארן דאווענען אז מען זאל אים נישט קענען טרעפן, אזוי זאל מען דארפן צו שיקן א צווייטן צום עמוד, אבער דער הייליגער רבי ר' אלימלך האט נישט געוואלט גיין דאווענען ביז ווילאנג מען טרעפט אים, ווייל ער האט נישט געוואלט מען זאל צו שיקן א צווייטן צום עמוד. זענען די תלמידים אים געגאנגען זוכן, ביז מען האט אים געטראפן דארט וואו ער איז געווען באהאלטן. מען האט אים געזאגט אז דער רבי וויל נישט גיין דאווענען ביז ער קומט צוריק אין בית המדרש זיין דער בעל תפילה. ער האט נישט געהאט קיין ברירה, איז ער אריין געקומען אין בית המדרש און צוגעגאנגען צום עמוד אזוי ווי יאר יערליךאייביג.
נאכן דאווענען האט מען אים געמוטשעט ער זאל פארציילן פארוואס ער האט נישט געוואלט דאווענען פארן עמוד, האט ער זיי געענטפערט אזוי: "כך מקובלני, אז ווער עס איז א בעל תפילה ראש השנה און יום כיפור דארף זייער אכטונג געבן פון חמשה עשר באב צו לערנען גמרא יעדן איינציגן טאג, אבער היות איך בין געווען אונטערוועגנס פון מיין שטאט פריסטיק צו קומען קיין ליזענסק, און איך האב געהאט אסאך טרדות, איז מיר נישט אויסגעקומען יעדן טאג צו לערנען גמרא, האב איך מיך באהאלטן, ווייל איך בין נישט ראוי צו דאווענען פארן עמוד".
זעט מען פון דעם - האט מוהרא"ש אויסגעפירט - וואס הייסט לערנען גמרא, אז דאס רייניגט און הייליגט דעם מענטש.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
נ. ב. מארגן וועט אם ירצה ה' פארקומען א פרויען צוזאמקום, סיי אין ישיבה, סיי אין קרית יואל און אין דזשערזי-סיטי; זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען.