מכתב יומי

א שבט תשע"ט

January 07 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער מיין טייערער ..., אפילו עס גייט אריבער אויף דיר שווערע צייטן, דו שפירסט ביי זיך עס איז עק וועלט וכו', דאך זאלסטו זיך נישט פארלירן און חס ושלום נישט האבן קיין קשיות אויף די אמונה, נאר גלייב באמונה שלימה אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז לטובתך.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מדרש שוחר טוב, קיח): אויפן פסוק (תהלים קיח, כא): "אוֹדְךָ כִּי עֲנִיתָנִי וַתְּהִי לִי לִישׁוּעָה", אז עס איז געווען א איד וואס האט זיך געגרייט צו פארן אריבער דעם ים מאכן געשעפטן אין פארקויפן זיין סחורה, ער האט איינגעקויפט אסאך סחורה און ער האט אויך מיט גענומען עטליכע שותפים כדי צו קענען פארדינען אסאך געלט. ווען מען האט זיך ארויסגעלאזט צו פארן האט ער באקומען הויך פיבער וואס צוליב דעם האט ער נישט געקענט מיט פארן, זענען די אנדערע שותפים אליינס ארויס געפארן אויפן לאנגן וועג און מען האט אים איבער געלאזט. האט ער געזאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם מה עוונותי וחטאתי אז דאס האט מיר פאסירט?" און ער האט נישט געקענט אויסהאלטן די צער, עס האט אים זייער וויי געטון פארוואס פונקט ער וואס ער איז אזוי ערליך וכו' דארף איבער בלייבן און קען נישט מיטגיין. אפאר טעג שפעטער האט ער געהערט אז אלע רייזנדע אויפן שיף זענען אומגעקומען פון א רויבעריי, מען האט זיי אלע גע'הרג'ט רחמנא לצלן און נאר ער איז געבליבן לעבן. האט ער אנגעפאנגען דאנקען דעם אייבערשטן (ישעיהו יב, א): "אוֹדְךָ ה' כִּי אָנַפְתָּ בִּי, יָשֹׁב אַפְּךָ וּתְ'נַחֲמֵנִ'י", איך דאנק דיר אייבערשטער אז דו האסט אויף מיר געצערנט און מיר דערנאך געטרייסט.


אין דעם פסוק איז מרומז דעם הייליגן רבינ'ס נאמען וּתְ'נַחֲמֵנִ'י; ווייל דער רבי לערנט אויס מען זאל לעבן מיט אמונה און גלייבן אז גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליינס, נאר דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך געמאכט א ניגון אויף די ווערטער אלץ בחור ווען ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן; ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור, ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם. פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


דאס דארפן מיר נאך טון, זיך אונטער זינגען טאג און נאכט: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין", אזוי וועלן מיר זיין פרייליך.


איך דארף אריין לויפן צו די בחורים; א גוטן טאג.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


יעצט ווען מיר שטייען אין די ימי השובבי"ם זאלסטו זיך מאכן א שיעור איבער צו חזר'ן הלכות טהרה.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט דערציילן אז דער גרויסער צדיק רבי אורי פון סטרעליסק זכותו יגן עלינו האט איבער געחזר'ט מער פון טויזנט מאל הלכות טהרה, און מוהרא"ש פלעגט אויספירן: "איז דאך זיכער אז מיר פשוט'ע אידן דארפן דאס חזר'ן אן א שיעור מאל, אז מיר זאלן נישט חס ושלום נכשל ווערן אין די הלכות".


דערפאר זאלסטו זיך מאכן א שיעור איבער צו גיין די הלכות; היינט זענען דא שיינע ספרים אויף אלע שפראכן, אויף אידיש און אויך אויף ענגליש - קלאר און שיין ארויסגעברענגט אלע הלכות.


איך האב פאר דיר א מתנה, א קליין ספר אין אידיש וואו עס איז שיין און קלאר ארויסגעשריבן אלע הלכות; קום ארויף אין ישיבה ווייל איך וויל דיר דאס געבן.


מען דארף היטן די תורה; אז מען היט די תורה האט מען אלעס גוטס אבער אז מען היט נישט די תורה איז זייער ביטער. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן אונז (שבת יג.): אליהו הנביא האט דערציילט: "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטראבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן און זי האט אנגעהויבן ארום לויפן צו אלע שולן און ישיבות און געפרעגט: "ווי אזוי קען זיין אז מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): 'כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ', ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?!" "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", און קיינער האט איר נישט געהאט וואס צו ענטפערן, איינמאל – דערציילט אליהו הנביא - בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה?" האט זי געענטפערט: "אוודאי האבן מיר געהאלטן טהרת המשפחה!" האט איר אליהו הנביא אויסגעפרעגט פונקטליך אלע הלכות פון טהרת המשפחה, ביז זי האט מודה געווען אז איר מאן האט נישט אכטונג געגעבן אויף די הלכות דורכאויס די שבעה נקיים; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'ט, ווייל אין די תורה שטייט (ויקרא יח, יט): "וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב".


איך בעט דיר זייער זאלסט מיר העלפן ענדיגן בויען דעם בית המדרש אין אומאן; מיטן העלפן בויען דעם בנין העלפסטו זיך אליינס. ברוך ה' פאריגע וואך דאנערשטאג האט מען געגאסן רוב פונעם דאך, יעצט דארף מען ענדיגן די טרעפ ארויף ביזן דאך און פארמאכן דעם דאך; מיט דעם איז דער בנין געענדיגט פון אינדרויסן בעזרת השם יתברך.


דעם שבת בין איך געווען מיט צען משפחות אויף א "שבת הכרת הטוב", די צען אינגעלייט העלפן מיר ענדיגן דעם בנין אין אומאן. איך האב אסאך שוקל געווען צי איך זאל אוועק פארן מיט די משפחות וואס האבן זיך אנגעשטרענגט און געגעבן צען טויזנט דאללער צי נישט, היות עס זענן דא אסאך תלמידים וואס העלפן מיר מיט אסאך מער ווי צען טויזנט דאללער, איז וואס עפעס פארן נאר מיט די וואס געבן פאר אומאן?! אבער למעשה - ההכרח לא יגונה, איך דארף ענדיגן דעם בנין כדי מיר זאלן האבן א פלאץ פאר אונז און פאר אונזערע קינדער, דעריבער בין איך יא געפארן מיט די משפחות ארויס צו ווייזן מיין 'הכרת הטוב'. אבער דאס מיינט נישט אז איך האב נישט הכרת הטוב פאר דיר; איך בין דיר זייער מכיר טוב פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר און איך בעט פאר דיר דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א גוטע נאכט.