מכתב יומי

כט טבת תשע"ט

January 06 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דו ווייסט אודאי דעם ווארט וואס מען לערנט מיט די קינדער אין חדר אין די וואכעדיגע סדרה: "בא אל פרעה", אז דער אייבערשטער זאגט פאר משה רבינו: "בֹּא אֶל פַּרְעֹה - קום צו פרעה", לכאורה וואלט ווען דער אייבערשטער געדארפט זאגן: "לֵךְ אֶל פַּרְעֹה - גיי צו פרעה"? נאר דער פשט איז אז דער אייבערשטער זאגט פאר משה רבינו: "קום מיט מיר, איך בין דאך איבעראל, אפילו ביי פרעה אין פאלאץ געפון איך זיך אויך; דאס לערנט אונז אז מיר זאלן שטענדיג געדענקען אז דער אייבערשטער איז איבעראל און מיר זאלן נישט מורא האבן פון גארנישט אויף דער וועלט.


איך זוך נישט צו שרייבן תורות, איך וויל פשוט אז דו זאלסט ארויס גיין פון דיין קטנות הדעת, פון טראכטן א גאנצן טאג: 'וואס גייט זיין?' בשעת אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און ער געפונט זיך איבעראל, דער אייבערשטער איז דער זן ומפרנס לכל, ער געבט פרנסה פאר יעדן איינעם און ער געבט לעבן פאר יעדן איינעם, מען דארף זיך נאר איבער געבן צו אים און וויסן אז 'אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר איז פאר מיין טובה'.


נעם אריין אין דיר די אמונה; חזר זיך איין: 'אלעס איז דער אייבערשטער', וועסטו פטור ווערן פון אלע שלעכטס.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (סנהדרין סז:): א כישוף מאכער'ן האט אמאל געוואלט מאכן כישוף אויפן הייליגן אמורא רבי חנינא, האט איר רבי חנינא געזאגט: "אִי מִסְתַּיְּיעַת זִילִי עֲבִידִי, אֵין עוֹד מִלְּבַדּוֹ כְּתִיב", דו קענסט פראבירן מאכן כישוף וויפיל דו ווילסט איך האב אבער נישט מורא פון דיר, ווייל עס שטייט אין די תורה (דברים ד, לה): "אֵין עוֹד מִלְּבַדּוֹ", עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן; זעט מען פון דעם אז ווען מען לעבט מיטן אייבערשטן ווערן בטל אלע דינים און אלע כישוף.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך


א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל דיר זייער שטארק בעטן א פערזענליכע טובה: "מאך נישט קיין מחלוקת צווישן מיינע תלמידים!"


דו ווייסט זייער גוט אז איך האב פון זיך אלעס אוועק געגעבן פאר דיר, אז דו זאלסט האבן א גוט לעבן און דו זאלסט וויסן פון די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן. יעצט ווען דו האסט זיך שוין שיין מסדר געווען אין לעבן; האסט חתונה געהאט און דו ווייסט ווי אזוי צו לעבן מיט דיין ווייב וכו', בעט איך דיר אביסל הכרת הטוב: זאלסט נישט מאכן קיין פירוד צווישן מיינע תלמידים; איך האב ליב אלע מיינע תלמידים און איך וויל עס זאל זיין ליבשאפט צווישן ענק אלע, אויב וועסטו פיינט האבן א צווייטן וועסטו מיר גורם גרויס צער.


איך האב מבטיח געווען פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה אז איך וועל נישט האבן קיין שייכות מיט מחלוקת; בפרט מחלוקת ביי זיין פלאץ - 'היכל הקודש', און אז איך האב דאס צוגעזאגט וועל איך דאס מקיים זיין מיט מסירות נפש.


פאר איך בין מקורב געווארן אין 'היכל הקודש' האב איך נישט פארשטאנען וואס איז אזוי שלעכט מיט מחלוקת, למעשה היינט צו טאגס קען איך נישט ליידן קיין מחלוקת. איך האב דאס מקבל געווען פון מוהרא"ש, ווי ער האט זיך געבעטן צו אונז זיין גאנץ לעבן מיר זאלן נישט האבן קיין שייכות מיט קיין מחלוקת.


דערפאר בעט איך דיר זייער: "האב רחמנות אויף מיר און הרג'ע מיר נישט", איך וועל דיר נישט מוחל זיין אויף דעם נישט אויף דער וועלט און נישט אויף יענע וועלט; קיינער באצווינגט נישט קיינעם צו זיין דא און צו זיין א חלק פון אונזער חבורה, אבער דאס קען איך יא פארלאנגען און באצווינגען: "אז דו דרייסט זיך ביי מיר זאלסטו נישט פיינט האבן קיין שום איד אויף דער וועלט".


איך האב אסאך תלמידים וואס האבן געלערנט ביי אונז אין ישיבה און שפעטער האבן זיי זיך מסדר געווען אין אנדערע פלעצער וואו זיי זענען זייער שיין מצליח - יעדער אויף זיין אופן. אז דו ווילסט ווייטער האבן שייכות מיט מיר, אז דו פאררופסט זיך אלץ א תלמיד היכל הקודש זאלסטו ליב האבן יעדן איד און קוקן גוט אויף יעדן איד.


איך עקל מיר פון מחלוקת און איך נעם עס צום הארצן; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך זע צוויי 'טרעגערס' קריגן זיך, שטעכט עס מיר ביי די זייט"; איך פארשטיי אז דאס איז א זאך וואס דארף יעדן איינעם שטעכן. מיר שטעכט אויך ווען איך זע ווי מען קריגט זיך, עס שטעכט מיר אין הארץ.


איך מוז מקצר זיין.


א גוטע נאכט.