מכתב יומי

ב שבט תשע"ט

January 08 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


 


בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ...  נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך ארויס סיינען און אנ-סאבסקרייבן פון אלע נארישע גרופ'ס וואס שיקן דיר קליפס פון ליצנות וכדומה.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן א): "הַמִּתְלוֹצֵץ - מְזוֹנוֹתָיו מִתְמַעֲטִין", דער וואס מאכט ליצנות פארלירט זיין פרנסה; די אלע קליפס און סטעטוס וואס דו קוקסט איז דער גורם אז דו זאלסט זיך אזוי מוטשען מיט דיין פרנסה, דעריבער בעט איך דיר מיין טייערער ליבער חבר, שרייב זיך ארויס פון אלע גרופ'ס וואס שיקן דיר נייעס און ליצנות, וועט דיר דער אייבערשטער געבן גרויס שפע.


בפרט זאלסטו אכטונג געבן אז אין שטוב זאלסטו נישט אהיים ברענגען דיין טעלעפאן וואס מען קען זען דערויף נישט גוטע זאכן. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן לא): "מְאִיסוּתָא דְבֵיתָא מֵבִיא לִידֵי עֲנִיּוּת", אז עס איז דא אין שטוב שמוץ ברענגט דאס ארעמקייט; ווייל דער מלאך וואס איז ממונה אויף ארעמקייט הייסט נבל (פסחים קיא:), און ווען ער זעט א שטוב וואס פירט זיך נישט ריין קומט ער דארט און ברענגט ארימקייט. וואס איז נאך אזוי מיאוס ווי האבן אן אפענעם סעלפאון אדער טעבלעט, קאמפיוטער וכו', וואס מען קען זען דערויף אלע עבירות רחמנא לצלן?! אודאי גייט אוועק די גאנצע ברכה!


בעט דעם אייבערשטן ער זאל אין דיר אריין לייגן א ריינקייט אז דו אליינס פון דיין אייגענע ווילן זאלסט פארמאכן די גרופ'ס וואס שיקן דיר נארישקייטן.


א גוטן טאג.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ...  נרו יאיר.


דו האסט שוין געעפנט היינט א אידיש ספר? האסט שוין היינט געפאלגט דעם רבי'ן וואס האט אונז געהייסן (שיחות הר"ן, סימן כג) עסן יעדן טאג משניות און טרינקען תהילים? האסט שוין היינט געעפנט א משניות און געזאגט כאטשיג איין פרק?!


אפשר וואלט כדאי געווען אז גלייך יעצט ווען דו ענדיגסט ליינען דעם בריוו זאלסטו נעמען א משניות און לערנען א פרק; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן א פרק משניות, וואס דאס וועט דיר רייניגן פון אלע עבירות.


אז דו וועסט זאגן משניות וועסטו אנהייבן רעדן מער איידל און דיין מויל וועט נאר רעדן שיינע רייד. די הלכה איז, אז א בהמה וואס "פִּיהָ דּוֹמֶה לְשֶׁל חַזִיר" - איר מויל זעט אויס ווי די מויל פון א חזיר - איז א בעלת מום (רמב"ם פרק ב' מהלכות איסורי המזבח, הלכה ב); איינער וואס רעדט שמוציג איז פסול צו זיין א קרבן פארן אייבערשטן. דערפאר בעט איך דיר: "פארמאך דיין סעלפאון פאר אפאר מינוט, נעם א משניות און זאג כאטש איין פרק, וועסטו ווערן ריין פון אלע דיינע זינד".


געב אכטונג נישט צו רעדן ניבול פה; איך האב דיר שוין געשריבן אז אמאל האסטו געהאט אלע חן פון דער וועלט, און זייט דו האסט מפקיר געווען דיין מויל, און דיין שפראך איז הפקר - האסטו מער נישט קיין חן.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות חן, סימן ד) אז ווער עס וויל באקומען חן: "יִשְׁמֹר אֶת פִּיו מִדִּבּוּר אָסוּר", זאל זיך אפהיטן פון רעדן נישט גוטע זאכן; אנשטאט רעדן מיט חברים גיי אהיים רעדן מיט דיין ווייב שיינע רייד, דערצייל איר שיינע התחזקות און הער איר אויס ווי איר טאג איז אדורך.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית י:) אויפן פסוק (מלכים ב ב, יא): "וַיְהִי הֵמָּה הֹלְכִים הָלוֹךְ וְדַבֵּר, וְהִנֵּה רֶכֶב אֵשׁ וְסוּסֵי אֵשׁ וַיַּפְרִדוּ בֵּין שְׁנֵיהֶם", זאגט די גמרא: "טַעֲמָא דְּאִיכָּא דִיבּוּר, הָא לֵיכָּא דִיבּוּר - רְאוּיִין לִישָּׂרֵף", אז מען רעדט שיינע זאכן איז גוט, אבער אז מען רעדט נישט ווערט מען פארברענט; מאן און ווייב דארפן רעדן צווישן זיך, זיך אויסשמועסן און זיין אפן איינער מיטן צווייטן, דעמאלט איז גוט, אבער אז מען רעדט נישט דעמאלט טויג נישט.


נאך איין זאך בעט איך דיר: זיי אביסל עוסק אין הפצה; וועסטו האבן א חלק אין ביאת משיח צדקינו.


א גוטע נאכט.