מכתב יומי
כט טבת תשפ"ו
January 18 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מיר זענען שוין אין די דריטע וואך פון שובבי"ם; מענטשן פרעגן: "וואס טוט מען? ווי הייבט מען אן?"
הייב אן מיט גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב מיט מנין, דאווענען מיט מנין רייניגט דעם מענטש אזוי ווי א קוואל וואס רייניגט טמא'נע מענטשן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות טז.): "אָמַר רַבִּי חָמָּא בֵּרַבִּי חֲנִינָא, לָמָּה נִסְמְכוּ אֹהָלִים לַנְּחָלִים וכו', לוֹמַר לָךְ, מַה נְּחָלִים מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִטֻּמְאָה לְטָהֳרָה, אַף אֹהָלִים מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִכַּף חוֹבָה לְכַף זְכוּת", פינקט אזוי ווי ווען א טמא'נער מענטש טובל'ט זיך אין טייך ווערט ער ריין, אזוי אויך ווען מען גייט אין שול דאווענען און לערנען – נעמט מען אראפ פון זיך אלע שלעכטס, און מתן שכרה בצדה, אויסער די תיקונים וואס מען איז זוכה דורך דאווענען מיט מנין, האט מען פרנסה; מוהרא"ש זאגט: "דאווענען מיט מנין ברענגט 'דבר שבמנין'" (פרנסה בשפע).
קום אין שול דאווענען די דריי תפילות, און אז דו האסט חשבונות מיט דעם און מיט יענעם - זאלסטו נאכאלץ קומען אין שול, מאך זיך איין חשבון 'איך קום אין שול צום אייבערשטן, איך האב נישט מיט קיינעם, איך דארף נישט קיינעם, איך קען נישט קיינעם, איך קום נאר צום אייבערשטן', און זיי מקפיד אויף דאווענען אין א סידור ווארט ביי ווארט פון אנהייב ביז די ענדע אן קיין חכמות, וועסטו ציען צו דיר די שכינה הקדושה, די השגחה, זאכן וועלן אנהייבן ווערן מסודר. ווייל די הייליגע חכמים זאגן (שם ו:): "כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא בָּא יוֹם אֶחָד הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְשָׁאֵיל בּוֹ", ווען א מענטש דאווענט יעדן טאג מיט מנין און איין טאג פארפעלט ער צו קומען אין שול פרעגט דער אייבערשטער אויף דעם מענטש "פארוואס ער איז נישט געקומען אין שול?" און דער אייבערשטער העלפט אים ער זאל ווייטער קענען קומען, ער נעמט אוועק פון דעם מענטש דער פראבלעם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.