מכתב יומי

א תמוז תשע"ט

July 04 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


נוץ אויס די צייט אין קאנטרי מיט תפילה והתבודדות; דער הייליגער רבי איז אמאל געגאנגען שפאצירן מיט זיין טאכטער שרה, אזוי שפאצירנדיג האט דער רבי איר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קסג): "ווען דו וואלסט זוכה געווען צו הערן דאס געזאנג פון די גראז, ווי יעדע גראז זינגט און לויבט דעם אייבערשטן... ווי גוט און ווי איינגענעם איז צו הערן ווי זיי זינגען זייערע לידער"; מיר הערן טאקע נישט ווי די גראז זינגען צום אייבערשטן אבער מיר שפירן אז עס איז עפעס אנדערש ווען מיר געפונען זיך צווישן זיי, עס רעדט זיך מער צום אייבערשטן.


זע צו לערנען יעדן טאג לכל הפחות א בלאט גמרא; מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "גמרא פארברענט די קליפות". מען זעט ווי דער ס"מ האט זייער מורא ווען א מענטש לערנט תורה, בפרט גמרא, ווייל דאס פארברענט אים אינגאנצן.


רעד צו דיינע קינדער זיי זאלן גיין אנגעטון בצניעות; ווען זיי פרעגן דיר אויף א קלייד צי עס איז גוט אדער נישט מאך זיך נישט דעמאלט ווי א נאר וואס ווייסט נישט, ווייל שפעטער וועסטו נישט קענען צוריק דרייען דעם זייגער. זאלסטו שטיין אויף דעם אז זיי זאלן נישט גיין אנגעטון מיט קליידער וואס מען זעט ארויס דעם גאנצן קערפער; עס איז אן עקל און א גרויל צו זען ווי היימישע ווייבלעך דרייען זיך ארום מיט קליידער אויסגעלייגט אויפ'ן לייב, ליידער זע איך אז ביי אונז אין קעמפ זענען דא וואס גייען אנגעטון זייער נישט שיין. האב נישט מורא צו זאגן פאר די קינדער ווי אזוי צו גיין אנגעטון; אז מען רעדט שיין, מען זאגט נאכאמאל און נאכאמאל שיינערהייט פועל'ט מען, ווידער אז מען זאגט נישט איז ביים סוף זייער ביטער.


איך זע אז איך האב נאך אסאך ארבעט ביי אונז אין די קהילה אין דעם ענין פון צניעות.


איך בין זייער פארנומען אין די טעג, איך שפיר ממש ווי איך דארף דיינע תפילות איך זאל האבן ווייטער די כוחות אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט, בעט פאר מיר.


א גוטן טאג און א גוטן חודש.