מכתב יומי

ל סיון תשע"ט

July 03 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


די ערשטע זאך אינדערפרי זאלסטו גיין אין שול דאווענען שחרית מיט מנין וועסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן, און דער אייבערשטער וועט דיר באגליקן מיט אלעס גוטס.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא בָּא יוֹם אֶחָד הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְשָׁאֵיל בּוֹ", ווען א מענטש דאוונט יעדן טאג מיט מנין און איין טאג פארפעלט ער צו קומען אין שול פרעגט דער אייבערשטער אויף דעם מענטש פארוואס ער איז נישט געקומען אין שול; אויב דער מענטש שפירט זיך נישט גוט העלפט אים דער אייבערשטער מיט א רפואה, אזוי אויך אויב ער האט אנדערע שטערונגען מאכט דער אייבערשטער מיט אים ניסים. זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון גיין אין שול יעדן טאג דאווענען.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיא): "אויב מען וואלט ווען געגעבן דעם מעגליכקייט פאר א טויט'ן מענטש ארויסצוקריכן פון זיין קבר דאווענען איין תפילה און גלייך נאכדעם דארף ער צוריק גיין אין קבר, אוי וואלט ער געדאוונט"; איז דאך אודאי אונז, כל זמן מיר לעבן בזה העולם דארפן מיר זיך פרייען אז מיר קענען דאווענען.


א גוטן חודש.