מכתב יומי

ד תמוז תשע"ט

July 07 2019

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


געלויבט דעם אייבערשטן פאר די גרויסע נס וואס ער האט געטון מיט מיר היינט, עס איז מיר געבוירן געווארן למזל טוב נאך א יונגעלע קיין עין הרע, א געזונט קינד ברוך ה'. דער אייבערשטער זאל העלפן די ברית זאל זיין אין צייט און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו זען נחת פון אונזערע קינדער.


איך וויל דיר דערציילן אביסל וואס טוט זיך ביי אונז אין קעמפ; דעם פארגאנגענעם שבת איז געווען ביי אונז זייער שיין, פרייטאג צו נאכטס קומען מיר זיך צוזאם אלע בחורים און יונגעלייט, קודם זינגט מען זמירות לכבוד שבת און נאכדעם זענען מיר זיך מחזק מיטן רבינ'ס דיבורים. מיר האבן אסאך גערעדט פון די מחלוקת פון קורח וואס האט געקריגט אויף משה רבינו און אהרן הכהן, קורח ועדתו האבן געהאלטן אז מען קען נאר דינען דעם אייבערשטן ווען מען איז כולו תכלת אדער ווען מען האט א בית מלא ספרים א גאנצע שטוב מיט ספרים, ער האט חוזק געמאכט פון משה רבינו וואס זאגט אז מען זאל לייגן איין בענדל פון תכלת און דאס איז גענוג.


מוהרא"ש זאגט אז דער פגם פון קרח וואס ער האט געקריגט אויף משה רבינו און זיך נישט געוואלט מבטל זיין צו אים איז געווען ווייל ער האט נישט געקענט פארשטיין ווי קען זיין אז רוחניות זאל זיין אין גשמיות און גשמיות אין רוחניות, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קו, טז): "וַיְקַנְאוּ לְמֹשֶׁה בַּמַּחֲנֶה לְאַהֲרֹן קְדוֹשׁ ה'", זיי האבן נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי עס קען זיין אז משה רבינו וועם די תורה רופט אן (דברים לג, א): "אִישׁ הָאֱלֹקִים" - דריידט זיך ארום צווישן מענטשן, ער איז באשעפטיגט צו מאכן שלום צווישן איינער אינעם צווייטן, אזוי ווי עס שטייט (שמות יט, יד): "וַיֵּרֶד מֹשֶׁה מִן הָהָר אֶל הָעָם", אט איז ער אויפ'ן בארג ביים אייבערשטן און אט איז ער צווישן דעם עולם, אזוי ווי עס שטייט (שמות יח, יג): "וַיְהִי מִמָּחֳרָת וַיֵּשֶׁב מֹשֶׁה לִשְׁפֹּט אֶת הָעָם וַיַּעֲמֹד הָעָם עַל מֹשֶׁה מִן הַבֹּקֶר עַד הָעָרֶב"; און דאס זעלבע מיט אהרן הכהן, ער איז געווען באשעפטיגט מיט'ן מאכן שלום צווישן מאן און ווייב און ווען מען מאכט שלום בית דארף מען זיך אראפלאזן וכו' רעדן כל מיני זאכן וכו', און אט איז ער "קְדוֹשׁ ה'" - ער גייט אריין אין קודש הקדשים וכו'; דאס איז געווען קרח'ס טעות, ער האט נישט געקענט פארשטיין ווי דאס גייט צוזאמען.


עס איז באוויסט אז דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו האט ביי א געלעגנהייט דערציילט אלע זיינע גלגולים, איינע פון זיי - ווי ער געדענקט זיך זייענדיג ביים דור המדבר, האט אים זיין אייניקל דער הייליגער ייטב לב זכותו יגן עלינו געפרעגט: "זיידע, מיט וועם ביסטו געווען ביי די מחלוקת?" האט ער געענטפערט: "איך בין געשטאנען אין דער זייט", האט אים דער ייטב לב ווידער געפרעגט: "ווי אזוי קען דאס זיין, דו ביסט נישט געשטאנען מיט משה רבינו?!" האט ער אים געענטפערט: "דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דער נסיון איז געווען; קרח האט געהאט מיט זיך אלע רבי'ס מיט אלע שיינע אידן, עס איז געווען זייער שווער צו וויסן וואס מען האט צו טון, ווייל קרח האט זיך אהער געשטעלט ווי אן עובד ה', אבער באמת איז ער געווען אן אפיקורס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין ירושלמי סנהדרין, דף נ.): 'קֹרַח מִין הָיָה'".


איך וועל דיר נאך שרייבן וואס טוט זיך דא אין קעמפ, אבער איך בין אביסל טרוד יעצט מיט מיינע קינדער ווי לאנג מיין ווייב תחי' וועט אהיים קומען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף. דא איז ממש ווי דער רבי זאגט (סיפורי מעשיות, מעשה יב): "דער פייער ברענט און דער קאך קאכט פיינע מאכלים"; בחורים און יונגעלייט לערנען בהתמדה רבה, מען מאכט יעדן טאג סיומים בכל חלקי התורה, אויך ווערן מקורב יעדן טאג פרישע מקורבים, זיי קומען מיט א פרישע חיות זיך מחי' זיין מיט'ן רבינ'ס עצות.


אויך אין מיידל קעמפ האבן מיר מייסד געווען א פלאץ פאר די כולל יונגעלייט, איך האף בקרוב צו מאכן דארט א חנוכת הבית פאר די תלמידים כדי צו מחזק זיין די כולל יונגעלייט. אז דו ווילסט זיך איבערצייגן וואס הייסט לערנען תורה בהתמדה כאפ זיך אריבער אהין, וועסטו זען מיט דיינע אויגן ווי פלייסיג מען לערנט. פארמיטאג לערנט מען דעם בלאט גמרא, נאכדעם במשך דעם טאג לערנט מען יעצט הלכות שבת און נאכמיטאג לערנט מען הלכות טהרה. איך באקום כסדר גריסן פון מענטשן וואס גייען אריין דארט, זיי זאגן פה אחד אז מען לערנט מיט א מורא'דיגע התמדת התורה.


מען ענדיגט יעצט די קוועלער און די וואסער באסיינען אין אומאן; איך שיק דיר דא בילדער זאלסט זען וואס טוט זיך דארט.


איך ווארט צו הערן פון דיר; כאטשיג שרייב מיר בכתב וואס דו מאכסט און פון דיין משפחה, איך בענק זייער צו הערן שיינע זאכן פון דיר.


א גוטן טאג.