מכתב יומי

א תמוז תשפ"ב

June 30 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


בחסדי השם יתברך בין איך נעכטן נאכט ארויסגעקומען מיט מיין משפחה קיין קרית ברסלב ליבערטי, איך בין אזוי פרייליך צו זיין אין אזא לויטערע ריינע פלאץ. בכלל איז אויבן צווישן די בערג ריין, ובפרט צווישן אנשי שלומינו וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן; אלעס איז תפילה, אלעס איז אמונה, מען ארבעט אויף די מידות, זיך אויסצולייטערן; וואס זאל איך דיר זאגן, אשרינו מה טוב חלקינו!


יעצט ווען מיר האבן געהאט די קאמפיין האב איך פריש געזען די העלדישקייט פון אנשי שלומינו, ווי יעדער איינער האט עוסק געווען אין צדקה; מען האט געטון פאר די מוסד, מיר זאלן נישט זינקען אין חובות - מיט אזא געטריישאפט, איך מוז דיר זאגן איך בין זייער איבערגענומען פון די גאנצע זאך.


יעצט הויבן מיר אן א נייעם קאמפיין. קומענדיגע וואך גייען מיר קויפן נייע שטחים, מיר גייען אריין אין א נייע מסכתא, מסכת כתובות; וויל איך דו זאלסט זיך אנשליסן, דו זאלסט אויך האבן א חלק אין די מקח, דאס איז א גוטע מקח. דער אייבערשטער זאגט (משלי ד, ב): "כִּי לֶקַח טוֹב נָתַתִּי לָכֶם", איך האב א גוטע דיעל, "תּוֹרָתִי", מיין תורה, "אַל תַּעֲזֹבוּ", לאזט דאס נישט אפ, "עֵץ חַיִּים הִיא" (שם ג, יח), דאס איז א בוים פון לעבן; ווער עס לערנט תורה האט לעבן, עס פעלט אים נישט בזה ובבא.


איך וויל זייער שטארק זאלסט מאכן א גאול פון לערנען לכל הפחות איין בלאט גמרא יעדן טאג; אן קיין מעשיות, אן קיין תירוצים.


היינט נאכט וועט זיין די ליל שישי שיעור אין שטעטל; די שיעור וועט נישט זיין ניין אזייגער, איך וויל נישט שטערן די שול מיט די מנינים; די שיעור וועט פארקומען צען אזייגער, גלייך נאך מעריב; איך האף דיר צו זען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.