מכתב יומי

ל סיון תשפ"ב

June 29 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


ווער האט כח צו מחלוקות? ווער האט צייט צו קוקן אויף א צווייטן? א מענטש איז יעדע רגע אין א סכנה, מען קען אין איין מינוט אריינפאלן אין ביטערע צרות, וואס האט מען פון טראכטן שלעכטס אויף א צווייטן?!


איך הער נאר אויס מענטשן און איך שפיר ווי איך גיי אראפ פון זין, נאר פון הערן צרות ישראל; דא איז א אינגערמאן א טאטע פון קינדער וואס קען נישט גיין, ער ווארט אויף א רפואה, יעדער דאקטער זאגט עפעס אנדערש; ביי א צווייטן איז די ווייב נישט געזונט, ביי א דריטן דארף די קינד רחמי שמים - ווי איז דא צייט צו קוקן אויף אנדערע? זיין פארנומען מיט אנדערע?!


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט אונז שטענדיג מעורר זיין מיר זאלן עוסק זיין אין די מצוה פון ביקור חולים; ערשטנס, די מצוה איז זייער א חשוב'ע מצוה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים מ.) ווער עס איז נישט מבקר חולים איז כאילו ער איז שופך דמים; צווייטנס, פאר זיך אליינס, ווען מען גייט מבקר זיין חולים, מען זעט וואס דער מענטש איז; דער ליגט אין בעט מיט מאשינען פאר'ן אטעם, א צווייטער ליגט מיט א מאשין וואס עסט פאר אים, א דריטער ליגט מיט א מאשין וואס קלאפט די הארץ פאר אים - השם ישמרינו, השם ירחם על עמו ישראל, דאן הויבט מען אן זען די חסדים פונעם אייבערשטן, אלע מחלוקות פאלן אוועק, אלע טענות און קשיות אויף די אמונה פליען אוועק.


איך בעט דיר זייער, לאז אפ די מחלוקות, לאז אפ די קנאה, לאז אפ די טענות אויפ'ן אייבערשטן; זיי זיך מדבק מיט די אמונה הקדושה, די הייליגע אמונה אינעם אייבערשטן - וועט דיר זיין גוט, דער רבי זאגט אמונה מאכט ליכטיג, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל מג, ב): "וְהָאָרֶץ הֵאִירָה מִכְּבֹדוֹ".


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פאר איך ארויס היינט מיט מיין משפחה צו די בערג, איך וועל זיין די קומענדיגע וואכן אין קרית ברסלב מיט די ישיבה הקדושה.


מארגן נאכט ליל שישי וועט זיין דער וועכנטליכער שיעור אין קרית ברסלב; איך וויל זייער שטארק זיין מיט דיר בקשר, עס איז זייער וויכטיג צו זיין צוגעבינדן צום רבי'ן דורך זיך דרייען מיט ברסלב'ע חסידים, לערנען דעם רבינ'ס עצות און חיזוקים.


היינט נאכט איז דא א צאמקום פאר די פרויען אין שטעטל, עס איז וויכטיג אז דיין ווייב זאל קענען מיטהאלטן די פרויען צאמקום; אז זי וועט זיין פרייליך וועסטו דאך פארדינען, די גאנצע שטוב וועט אויפלעבן, עס וועט גארנישט זיין אז דו וועסט בלייבן אין שטוב אכטונג געבן אויף די קינדער אז זי זאל קענען מיטהאלטן איין מאל א וואך די פרויען צאמקום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.