מכתב יומי

ד תמוז תשפ"ב

July 03 2022

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת איז געווען א הערליכע שבת; די וואך בין איך שוין געווען אין קרית ברסלב, אין שטעטל. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצז): "הַשַּׁבָּתִים שֶׁשּׁוֹבְתִים אֶצְלִי", ווען מען קומט צו מיר אויף שבת, "הֵם גְּדוֹלִים וְטוֹבִים יוֹתֵר מִשִּׁבְעָה פְּעָמִים תַּעֲנִית מִשַּׁבָּת לְשַׁבָּת", איז דאס מער ווי פאסטן זיבן מאל פון שבת צו שבת; מוהרא"ש זאגט אונז, דאס איז נישט נאר געזאגט געווארן אויף אמאל, אין רבינ'ס צייטן, דאס גייט אן עד היום הזה; אז מען קומט שבת צווישן אנשי שלומינו וואו מען רעדט פון רבי'ן און מען לערנט דעם רבינ'ס עצות - איז דאס אזוי ווי מען איז שבת ביים רבי'ן; דאס האב איך געשפירט אין שטעטל צווישן אנשי שלומינו.


איך וויל דיר בעטן זאלסט זיך שטארקן אין דאווענען די דריי תפילות שחרית, מנחה און מעריב מיט מנין; דאס וועט דיר ברענגען פרנסה, עס וועט דיר ברענגען גרויס שפע. אלעס וואס דו דארפסט ערלעדיגן - קענסטו ערלעדיגן נאכן דאווענען, גארנישט איז חשוב'ער פון דאווענען, דאווענען זאל זיין ביי דיר די ערשטע זאך.


ווען דו ביסט אינמיטן א פלאנטער געב א שריי ארויס די ווערטער: "אנא ה' איך בעט דיר אייבערשטער, הושיעה נא, העלף מיר!" די ווערטער וועט שפאלטן דעם ים, עס וועט זיך אלעס שפאלטן; דו וועסט ארויסגיין פון אלע דיינע פראבלעמען.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון בעטן דעם אייבערשטן, ווען מען בעט דעם אייבערשטן: "אנא ה', איך בעט דיר אייבערשטער, הושיעה נא, העלף מיר" - דאס איז די שענסטע געבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.