מכתב יומי
ג אדר א' תשע"ט
February 08 2019
‹ ›[צום סוף פונעם בריוו איז בייגעלייגט א בריוו פאר דיין ווייב]
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת תרומה, ג' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
זע צו מאכן מאכן שבת א שיינע סעודה; זינג זמירות און דערצייל שיינע מעשיות פאר דיין ווייב און קינדער. די סעודות שבת זענען א יסוד אין אידישקייט און א יסוד אין חינוך.
גרייט דיר אן שיינע מעשיות צו דערציילן שבת ביי די סעודה; היינט איז דא אן א שיעור מעשה ביכלעך וואס האבן גוטע מעשיות צו דערציילן. אויך זאלסטו זינגען זמירות ביי די סעודה, וואס דער הייליגער רבי זאגט אז דאס איז אן עיקר אין יודישקייט; פאר דו מאכסט קידוש זינג שלום עליכם, עס נעמט נישט לאנג, עס נעמט אינגאנצן אפאר מינוט.
די מלאכים וואס באגלייטן דיר פון שול ווארטן צו זען וואס עס טוט זיך אין דיין שטוב, זאלסטו זיי ווייזן וואס מיינט אן ערליכע איד; אז אפילו מען איז הונגעריג, מיד און מען האט נישט קיין נערוון צו זינגען, דאך פירט מען זיך ווי אן ערליכער איד. ביי די סעודה זאלסטו שמועסן מיט דיין ווייב; פארצייל איר שיינע זאכן וואס דו האסט געהערט און א שיינע ווארט אויף די פרשה, נישט סתם פלעטשקענען פון דעם און יענעם לשון הרע און רכילות.
אז דו וועסט מכבד זיין דעם שבת וועסטו זוכה זיין צו עשירות; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (שבת קיט.) אז ווען א מענטש איז מכבד דעם שבת ווערט ער געבענטש מיט עשירות, אזוי ווי רבי חייא בר אבא האט דערציילט: אמאל בין איך געווען אין די שטאט לודקיא און איך בין דארט איינגעשטאנען ביי איינעם, האב איך געזען אז מען האט אים אריין געברענגט א גאלדענעם טיש, דער טיש איז געווען פון געמאכט פון אזויפיל גאלד אז זעכצן מענטשן האבן דאס געדארפט אויפהייבן; אינעם טיש זענען געווען זעכצן זילבערנע קייטלעך צוגעבינדן צו זיי טעלערס און גלעזער, אויפן טיש זענען געווען אלע געשמאקע עסן און טרינקען און שמעקעדיגע בשמים.
ווען מען האט אריין געברענגט דעם טיש האט מען געזינגען דעם קאפיטל תהילים (תהלים כד, א): "לַה' הָאָרֶץ וּמְלֹאָהּ וגו'" אלעס אויף די וועלט איז דעם אייבערשטנ'ס, נאכן עסן האבן זיי געזינגען דעם קאפיטל תהילים (תהלים קטו, טז): "הַשָּׁמַיִם שָׁמַיִם לַה' וְהָאָרֶץ נָתַן לִבְנֵי אָדָם", האב איך זיך זייער געוואונדערט - פארציילט רבי חייא בר אבא – "איך האב אים געפרעגט וואס פאר א גוטע זאך האסטו געטון אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן אזא רייכטום?" האט ער מיר געזאגט: "איך בין א קצב (בוטשער) און ווען איך זע א שיינע בהמה לייג איך דאס אוועק פאר מיר פאר שבת", האט אים רבי חייא געזאגט: "אַשְׁרֶיךָ שֶׁזָּכִיתָ", וואויל איז דיר אז דו האסט זוכה געווען צו דעם, "וּבָרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁזִּכֵּךְ לְכָךְ", און געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט דיר מזכה געווען מיט דעם.
זעט מען פון דעם אז ווען א מענטש לעבט א גאנצע וואך מיט'ן שבת, ווען ער זעט א שיינע זאך טראכט ער: 'דאס וועל איך אוועק לייגן פאר שבת', איז ער זוכה צו א גרויסע עשירות.
א פרייליכן שבת.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת תרומה, ג' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך בעט אייך זייער איר זאלט זיין דעם שבת זייער פרייליך; איר האט אודאי געהערט וואס מיר האבן גערעדט מיטוואך נאכט ביים שיעור אז אלעס ווענדט זיך אין די פרוי, אז די ווייב איז פרייליך איז דער מאן פרייליך און אז די מאמע איז פרייליך זענען אלע קינדער פרייליך. דעריבער טראגט א אידישע מאמע א גרויסע אחריות צו זיין פרייליך ווייל אלע קוקן ארויס אויף די מאמע, בעט איך אייך איר זאלט זיך אנשטרענגען מיט אלע אייערע כוחות צו זיין פרייליך.
בשעת איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן פאר אלעס וואס איר דארפט; דער עיקר זאלט איר בעטן אויף קינדער און אייניקלעך צדיקים. ווי מער איר וועט בעטן דעם אייבערשטן אויף ערליכע קינדער - אלץ מער נחת וועט איר האבן, ווייל גוטע קינדער וואקסן נישט אויף א בוים, גוטע קינדער קומען פון תפילות פון די עלטערן.
מוהרא"ש האט דערציילט אז איינמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט זיך דער הייליגער חפץ חיים אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און ארויסגענומען פון ספרים שאנק א אלטע תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".
אז איר האט אביסל איבעריגע צייט זאלט איר זאגן דעם 'יום תהילים' ווייל אין תהילים ליגט אלע ישועות, אלע סגולות און אלע רפואות.
איר זאלט האבן א פרייליכן שבת.