מכתב יומי
ג אייר תשע"ט
May 08 2019
‹ ›[די בריוו פון ביינאכט און די *בחורים בריוו* איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת קדושים, ג' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
טאנץ פאר שמחה אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר; דו האסט א ווייב מיט ליכטיגע קינדער. ערליכע אידן פירן זיך יעדן אינדערפרי צו דאנקען דעם אייבערשטן אז מען איז חתונה געהאט מען האט א ווייב מיט קינדער, ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן ווערט דער מענטש א כלי מקבל צו זיין נאך גוטס.
גיי א טענצל יעדן טאג, זינג און טאנץ פאר דיר אויף די נס אז מיר ווייסן פון רבי'ן וואס ברענגט אונז צום אייבערשטן. שמחה איז דער שליסל פאר אלעס גוטס - סיי ברחניות און סיי בגשמיות.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ, וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט. ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך. און דער רבי זאגט דארט ווייטער: "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטורים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע און ווייל מען איז נישט פרייליך.
דיין גאנצע הצלחה איז תלוי אין דיר; אז דו וועסט זיך שטארקן און זיין פרייליך וועסטו מצליח זיין, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז שטענדיג פרייליך - דער איז מצליח.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
...
יעצט ווען איך בין געווען אין יבנאל האב איך געוויזן פאר די בחורים וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן פאר די וואס זענען נישט צופרידן פון זיין וועג ווי אזוי ער לערנט; יבניאל האט צוויי וועגן אריין צו קומען און ארויס צו גיין, איין וועג פירט קיין טבריה און איין וועג פירט קיין עפולה, פלעגט מוהרא"ש זאגן: "ווער עס איז נישט צופרידן פון צו זיין דא קען זיך אויסוועלן וואס פאר א וועג ער וויל, אדער קיין טבריה אדער דער וועג קיין עפולה, קיינער צווינגט נישט צו בלייבן דא, אז מען וויל דא זיין דארף מען זיין א חלק פון די קהילה נישט העצן", וד"ל.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ד' פרשת קדושים, ג' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך; דער יצר הרע רעדט איין דעם מענטש אז עס איז א גרויסע מדריגה צו זיין צעבראכן ווייל זיין גאנצע זאך איז נאר עצבות און מרה שחורה רחמנא לצלן, ער קען נישט ליידן שמחה. דעריבער בעט איך דיר, לאז אפ דיין עצבות און מרה שחורה און זיי פרייליך, וועסטו שפירן ווי דער אייבערשטער רועט ביי דיר, ווייל ביים אייבערשטן איז (דברי הימים-א טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ" - נאר שמחה.
אז דו וועסט זייין פרייליך וועסטו שפירן א הייליגקייט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת ל:): "אֵין הַשְׁכִינָה שׁוֹרָה אֶלָּא מִתּוֹךְ שִׂמְחָה", דער אייבערשטער רועט נישט ביי איינעם וואס איז טרויעריג, נאר ביי א מענטש וואס איז פרייליך; ווען א מענטש איז פרייליך זאל ער וויסן אז ער איז ער ביי די קדושה, און אזוי אויך פארקערט, ווען א מענטש איז בעצבות איז ער ביי די טומאה. דאס איז די וועג ווי אזוי א מענטש קען זיך מעסטן וואו ער האלט אויף דער וועלט.
בכלל זענען זיך מענטשן טועה אין דעם ענין, מענטשן מיינען אז ווי מער צעבראכן און אנגעזעצט מען איז, איז מען א גרעסערע צדיק; רבי נחמן טולטשינער זכר צדיק לברכה פלעגט זאגן: "מענטשן מיינען אז צו זיין א צדיק מוז מען האבן 'עשרה קבין מרה שחורה' און צו זיין פון די ל"ו צדיקים מוז מען זיין א וואסער טרעגער וכו', אבער עס איז נישט אזוי - האט ער אויסגעפירט - נאר מען קען זיין א פרייליכער איד און א לוסטיגער איד און נאכאלץ זיין א גרויסער צדיק און זיין דבוק אינעם אייבערשטן, מען קען זיין א גרויסער עשיר און א בעל הבית אזוי ווי ר' אברהם בערניו (אן אייניקל פון רבי'ן) און זיין איינער פון די ל"ו צדיקים".
געב א שמייכל פאר דיין ווייב און רעד שיין צו איר, וועט זיך אלעס איבער דרייען. זיי איר מכבד, שריי נישט אויף איר און טו איר נישט וויי; דו ווייסט דאך אז ביים רבי'ן איז דאס געווען א יסוד היסודות (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן רסד).
זיי מתפלל פאר מיר איך זאל האבן כח ממשיך צו זיין מיט מיין ארבעט; איך ווייס נאך נישט צו מארגן נאכט וועט זיין א שיעור ווייל איך בין זייער שוואך.
...
מוהרא"ש האט געזאגט, ער האט מקובל פון רבי'ן אז ווער עס מאכט א מחלוקת ביים רבינ'ס קיבוץ ראש השנה וועט נישט ענדיגן דעם יאר, ער וועט שטארבן אינעם יאר; עס איז דא אין דעם א גאנצע מעשה, איך וועל דיר עס נאך שרייבן אן אנדערעס מאל באריכות.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ד' פרשת קדושים, ג' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד תלמידי הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.
א שאד אז דו ביסט נישט געווען היינט ביים שיעור אין ישיבה, מיר האבן גערעדט הערליכע התחזקות פון רבי'ן; מיר האבן גערעדט איבער די רחמנות פון רבי'ן, אז דער רבי לערנט אונז א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן אין אלע אונזערע מצבים, אפילו מיר זענען פארשוואצט מיט עבירות. דאס איז דער וועג פון התבודדות, אז מיר זאלן שרייען צום אייבערשטן פון די בלאטע וואו מיר געפינען זיך, פון דארט זאל מען זאגן פאר'ן אייבערשטן: "איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין א איד, העלף מיר טאטע!"
גיי יעצט אין א ווינקל און וויין צום אייבערשטן, זאג אים: "רבונו של עולם! איך וויל נישט זינדיגן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה; רבונו של עולם! איך וויל זיין אפגעהיטן פון עבירות; וואס זאל איך טון אז איך פאל אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, איך וויל נישט רעדן קיין ניבול פה, איך ווייס אז עס איז נישט גוט צו רעדן די רייד, העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיך היטן פון רעדן ניבול פה".
אנטלויף פון חברים וואס רעדן ניבול פה; ווען דו הערסט א מענטש רעדט נישט איידל זאלסטו אנטלויפן פון אים, אפילו אויב פון אינדרויסן זעט ער אויס ווי א חשוב'ער מענטש. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניבול פה, סימן א): "מִי שֶׁמְּדַבֵּר נִבּוּל-פֶּה, בְּיָדוּעַ שֶׁלִּבּוֹ חוֹשֵׁב מַחֲשָׁבוֹת אָוֶן", ווער עס רעדט ניבול פה איז א סימן אז זיין גאנצע קאפ איז פול מיט עבירות; פון אזא איינעם דארף מען שטיין ווייט ווייל מען קען מיטגעשלעפט ווערן.
איך פריי זיך אז איך האב די זכיה צו זיצן מיט בחורים; מוהרא"ש האט געזאגט: "מיין זאך איז בחורים", נאך האט מוהרא"ש געזאגט: "איך בין אראפ געקומען אויף די וועלט אויפצוהייבן בחורים און זיי ווייזן א וועג ווי אזוי זיך צו דערהאלטן".
איך בעט פאר דיר, איך האב דיר ליב און איך ווארט דיר צו זען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.