מכתב יומי
ב אייר תשפ
April 26 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
מוהרא"ש האט אונז געלערנט אז מיר זאלן יעדן טאג רעדן מיט די טאטע און מאמע; אפילו א אינגערמאן וואס האט חתונה געהאט דארף אויך רעדן יעדן טאג מיט זיינע עלטערן. מוהרא"ש פלעגט זייער נזהר זיין אין דעם; די תלמידים דערציילן אז יעדן טאג נאך שחרית פלעגט מוהרא"ש די ערשטע זאך זיך אוועק זעצן און אנרופן זיין טאטע, ער האט גארנישט געטון פאר ער האט גערעדט מיט זיין טאטע.
איך האף אז דו וועסט גיין אין די וועג פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, דו וועסט רופן דיינע עלטערן רעדן מיט זיי; זיי פרעגן אויב דו קענסט זיי העלפן וכו', דורכדעם וועסטו באקומען די ברכה וואס די תורה בענטשט די וואס זענען מכבד די עלטערן - (שמות כ, יב): "לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ".
ער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.