מכתב יומי
כז ניסן תשפ
April 21 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר,
זיי זיך נישט מייאש, דו קענסט נאך אלץ תשובה טון אפילו דו האסט רחמנא לצלן עובר געווען אויף די הארבסטע עבירות.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן גלייב אויך אז דו קענסט פאררעכטן; אזוי אויך האט דער רבי געשריגן מיט א הויך קול (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל, קַיין יִאוּשׁ אִיז גָאר נִיט פַאר הַאנְדִין"; ווייל אפילו א מענטש זאל אפטון די ערגסטע עבירות קען ער נאך אלץ צוריק קומען צום אייבערשטן. און אז ער טוט תשובה נעמט דער אייבערשטער אן זיין תשובה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט הושע, רמז תקלב): אויפ'ן פסוק (הושע יד, ב): "שׁוּבָה יִשְׂרָאֵל עַד ה' אֱלֹקֶיךָ; אָדָם עוֹמֵד וּמְחָרֵף וּמְגַדֵּף בַּשּׁוּק וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא אוֹמֵר לוֹ עֲשֵׂה תְּשׁוּבָה בֵּינִי לְבֵינְךָ וַאֲנִי מְקַבֶּלְךָ", אפילו א מענטש איז מחרף ומגדף דעם אייבערשטן, מיט דעם אלעם זאגט דער אייבערשטער: "טו תשובה און איך וועל דיר מוחל זיין"; איז דען דא א גרעסערע עבירה ווי רעדן אויפ'ן אייבערשטן און אים לעסטערן? דאס איז דאך די ערגסטע זאך אויף די וועלט! מיט דעם אלעם זאגט דער אייבערשטער: "קום צוריק צו מיר און איך בין דיר מוחל", און נישט נאר איז אים דער אייבערשטער מוחל, נאר דער אייבערשטער געבט אים נאך כבוד, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תהילים, מזמור יח): "כָּל הָעוֹשֶׂה תְּשׁוּבָה מֵעֲבֵרָה שֶׁבְּיָדוֹ, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מוֹסִיף לוֹ כָּבוֹד, וְקוֹרֵא לוֹ שֵׁם חָבִיב".
זיי מקפיד אויף טבילת עזרא, בפרט יעצט אין די ספירה טעג דארף מען זיין געווארנט צו גיין אין מקוה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות ספירת העומר, חלק ב', סימן ב): "בְּיוֹתֵר צָרִיךְ לְהִזָּהֵר לִטְבֹּל לְקִרְיוֹ בִּימֵי עֹמֶר".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.