מכתב יומי

ג אייר תשפ

April 27 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אחרי-קדושים, ג' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


אז דו ווילסט זיין געזונט און בלייבן לעבן נעם די סגולה פון די הייליגע חכמים, הויב אן פון אנהויב וואך מעביר סדרה זיין.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "אָמַר רַב הוּנָא בַּר יְהוּדָה אָמַר רַבִּי אַמִּי, לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגּוּם, שֶׁכָּל הַמַשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר, מַאֲרִיכִים לּוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו"; און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן רפה) אז יעדער מענטש איז מחויב צו ענדיגן יעדע וואך די פרשה צוויי מאל חומש און איין מאל תרגום און ווער עס איז מעביר סדרה איז זוכה צו אריכות ימים ושנים; דאס איז די בעסטע סגולה צו א געזונטע לעבן, און דאס ראטעוועט א מענטש פון אלעם שלעכטס.


דער הייליגער אריז"ל זאגט (פרי עץ חיים, שער הנהגת הלימוד [ע' שנז]) אז מען זאל מעביר סדרה זיין ערב שבת; אבער א מענטש טאר זיך נישט נארן, מען דארף קוקן צי מען טוט טאקע יעדע וואך אזוי ווי די הלכה פארלאנגט, ווי דער שולחן ערוך פסק'נט (שם, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין, און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) אז דער הייליגער גר"א זכר צדיק לברכה האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה; אז מען טיילט איין די פרשה צו לערנען אביסל יעדן טאג נעמט עס נישט לאנג, עס נעמט נישט מער ווי אפאר מינוט, פינף צען מינוט; דאס איז די בעסטע שמירה פאר'ן מענטש.


בנוגע פרנסה; זייער אסאך מענטשן זענען יעצט געבליבן אן פרנסה צוליב די מצב פון קאראנע, אבער מיר אידן דארפן געדענקען און מען טאר נישט פארגעסן אז פרנסה קומט נאר פונעם אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח.): "בְּשִׁמְךָ יִקְרָאוּךָ, וּבִמְקוֹמְךָ יּוֹשִׁיבוּךָ, וּמִשֶּׁלְּךָ יִתְּנוּ לְךָ; אֵין אָדָם נוֹגֵעַ בַּמּוּכָן לַחֲבֵירוֹ, וְאֵין מַלְכוּת נוֹגַעַת בַּחֲבֶרְתָּהּ, אֲפִילוּ כִּמְלֹא נִימָא"; קיינער קען נישט צו נעמען פון א צווייטן אפילו איין פרוטה; יעדע פרוטה וואס א מענטש פארדינט קומט פונעם אייבערשטן.


נעם די סגולה פון מוהרא"ש פאר פרנסה; א גרינגע סגולה, א זיכערע סגולה - מען זאל בענטשן ברכת המזון פון אינעווייניג, קיינמאל נישט בענטשן ברכת המזון פון אויסנווייניג. מוהרא"ש זאגט אז פון ווען ער האט זיך אונטערגענומען צו בענטשן ברכת המזון אין א בענטשער איז ער געווארן זייער רייך. מיר האט אויך דער אייבערשטער געהאלפן מיט עשירות ווייל איך טו וואס מוהרא"ש האט געזאגט, איך בענטש נאר אין א בענטשער; פרוביר דאס אויס וועסטו אויך ווערן רייך, עס וועט דיר נישט פעלן קיין געלט.


נאך איין סגולה פאר פרנסה, בפרט יעצט ווען די רעגירונג האט פארמאכט אלע פלעצער און מען האט נישט קיין ארבעט, אז מען זאל זיך אכטונג געבן פון לצנות. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן א): "הַמִּתְלוֹצֵץ - מְזוֹנוֹתָיו מִתְמַעֲטִין", דער וואס מאכט ליצנות פארלירט זיין פרנסה; די אלע קליפס און סטעטוס וואס מען קוקט איז גורם אז מען זאל זיך מוטשען מיט פרנסה.


פארמאך דיין טעלעפאן פון באקומען טאג און נאכט מעסידזשעס; שרייב זיך ארויס פון אלע גרופס וואס שיקן דיר נייעס און לצנות, וועט דיר דער אייבערשטער געבן גרויס שפע.


אין שטוב זאלסטו זיכער נישט אריין ברענגען קיין טעלעפאן וואס מען קען זען דערויף ליצנות; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן לא): "מְאִיסוּתָא דְבֵיתָא מֵבִיא לִידֵי עֲנִיּוּת", אז עס איז דא אין שטוב שמוץ ברענגט דאס ארעמקייט; ווייל דער מלאך וואס איז ממונה אויף ארעמקייט הייסט נבל (פסחים קיא:), און ווען ער זעט א שטוב וואס פירט זיך נישט ריין קומט ער דארט און ברענגט ארעמקייט. וואס איז נאך אזוי מיאוס ווי האבן אן אפענעם סעלפאון, טעבלעט אדער קאמפיוטער וכו', וואס מען קען זען דערויף אלע עבירות רחמנא לצלן?! אודאי גייט אוועק די גאנצע ברכה!


הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו, נעכטן האב איך געמאכט א שבע ברכות ביי מיר אין שטוב פאר אונזער טייערער חתן ... נרו יאיר, עס איז געווען קוים א מנין אבער עס איז געווען זייער פרייליך.


איך קען נישט שרייבן, אבער ברמיזה קען איך דיר שרייבן אז דער קאך קאכט און מען טיילט פיינע עסן, און אויך די פייגלעך זענען דא, זיי ווילן פארלעשן די פייער אבער זיי צינדן עס אן שטערקער און שטערקער (סיפורי מעשיות, מעשה יב, די מעשה פונעם בעל תפילה).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.