מכתב יומי
ג אלול תשע"ט
September 03 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
נעם אריין אין דיר און חזר זיך איין אז דער אייבערשטער פירט די וועלט; גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליינס, אלעס אלעס איז נאר ער אליינס, יעדע זאך וואס גייט אריבער איז מיט א פונקטליכער חשבון, - דורכדעם וועט דיר דיין לעבן ווערן זיס און געשמאק.
ווער עס לעבט מיט דעם שכל דער לעבט אין גן עדן, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ד): "כְּשֶׁאָדָם יוֹדֵעַ שֶׁכָּל מְאֹרְעוֹתָיו הֵם לְטוֹבָתוֹ, זֹאת הַבְּחִינָה הִיא מֵעֵין עוֹלָם הַבָּא", ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס פאסירט מיט אים איז פאר זיין טובה - דאס איז עולם הבא, אלעס ווערט גרינגער און רואיגער.
איך בעט דיר זייער, פארוואס זאלסטו ארום גיין אזוי בצער? פארוואס זאלסטו אזויפיל ליידן וכו' וכו'? דו האסט דאך א וועג ארויס צו גיין פון דיין צרה, די וועג פון התבודדות וואס דער רבי האט אונז מגלה געווען! גיי אין א ווינקעלע וואו קיינער שטערט דיר נישט און שמועס זיך אויס דיין הארץ מיט'ן אייבערשטן; דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר און בעט אים: "אייבערשטער זיי מיר מקרב צו דיר, איך וויל אזוי שטארק זיין וואויל און גוט, איך קען זיך נישט אן עצה געבן, איך בין פול מיט בלבולים, העלף מיר אייבערשטער; איך וויל נאר דיר".
מוהרא"ש פלעגט דערציילן פונעם הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו, אז מען פלעגט הערן ווי ער זאגט תהילים מיט א זיסקייט און דביקות, איינמאל האט מען געהערט ווי דער הייליגער צדיק זינגט דעם פסוק (תהלים עג, כה): "מִי לִי בַשָּׁמָיִם, וְעִמְּךָ לֹא חָפַצְתִּי בָאָרֶץ", און ער זאגט צום אייבערשטן: "מִי לִי בַשָּׁמָיִם", טאטע זיסער וועם האב איך אין הימל? - אלע זענען אנטקעגן מיר, "וְעִמְּךָ", אבער מיט דיר הייליגער באשעפער, אז איך האב דיר, "לֹא חָפַצְתִּי בָאָרֶץ", דארף איך שוין נישט קיינעם; ער האט געזינגען מיט א בענקשאפט: "רבונו של עולם, איך דארף נישט דיין עולם הזה, איך דארף נישט דיין עולם הבא, איך דארף נישט קיינעם - נאר דיר הייליגער באשעפער אליין".
דעם ליל שישי וועט אם ירצה ה' פארקומען דער וועכנטליכער שיעור; עס איז שוין איבער צען וואכן וואס איך האב דיר נישט געזען, איך האף אז דו וועסט קומען זיך מחזק זיין מיט אלע טייערע חברים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.