מכתב יומי

ב אלול תשפ"ב

August 29 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


הייינט איז מיר זייער א פרייליכע טאג, היינט האט זיך געעפנט די פערטע מיידל שולע בית פיגא. מיר האבן געעפנט פאר צען יאר צוריק א בית פיגא שולע אין וויליאמסבורג, פאר דריי יאר צוריק האבן מיר געעפנט אין קרית ברסלב ליבערטי, תשפ"ב אין קרית יואל און נעכטן האבן מיר געעפנט אין ירושלים; די שמחה איז זייער גרויס, אין לשער! מען זעט ווי מוהרא"ש פארעט זיך אין הימל פאר די תלמידים, מיר זאלן האבן א גוטע חינוך פאר אונזערע קינדער.


וויפיל איך וועל דיר שרייבן וואס אונזערע קינדער באקומען - וועסטו נאכאלץ נישט פארשטיין. יעדן טאג הער איך מעשיות, גוטע גריסן פון אונזערע מלמדים און טיטשערס, און אזוי אויך פארקערט; צום ביישפיל, נעכטן בין איך געגאנגען אין חדר געבן א שיעור פאר די מלמדים, נאכן שיעור בין איך ארום געגאנגען אין די קלאסן מוטיגן די מלמדים און געבן גוטע ווערטער פאר די קינדער; איך פרוביר דאס צו טון שטענדיג, עפענען די טיר פון כיתה און זאגן הויך אויפ'ן קול: "אזעלכע גוטע קינדער, אזעלכע וואוילע קינדער"; דאס עפנט אויף די מוחות פון די קינדער, עס מאכט גרינגער פאר'ן מלמד.


מיט מיר איז געווען א אינגערמאן, א גאסט פון ארץ ישראל, ער האט מיר באגלייט. ביי איין כיתה זע איך ווי זיינע אויגן ווערן אים נאס, ער ווערט זייער איבערגענומען; איך פרעג אים: "וואס גייט פאר?" זאגט ער מיר: "איך זע דא עפעס וואס דערמאנט מיך עפעס שלעכט..." ער ווייזט מיר ווי אינמיטן קלאס וואלגערן זיך שיך פון קינדער; געווענליך איז דאס פון קינדער וואס מען שטייט נישט אויף זיי אין שטוב אז אלע זאלן גיין מיט שיך, איז פון געוואוינהייט ווארפן זיי אראפ די שיך בשעת'ן לערנען און דאווענען. דער אינגערמאן דערציילט מיר: "איך האב געכאפט מכות רצח פאר'ן אויסטון די שיך; מיין מלמד אין כיתה ח' האט מיר געהייסן צוריק אנטון די שיך און איך האב אים געפאלגט, אבער אפאר מינוט שפעטער האב איך דאס נאכאמאל אויסגעטון, איך האב נישט געכאפט וואס איך טו, דאס איז געווען פון רגילות; דער מלמד האט מיך געשיקט צום מנהל, 'היתכן א קינד א פארברעכער, ער טוט אויס די שיך!' און דער מלמד מיט'ן מנהל האבן מיר גע'הרג'עט און גע'רצח'עט, איך בין אהיים געקומען אויפגעשוואלן, וועגן דעם וויין איך, און פון די אנדערע זייט בין איך אזוי מקנא די קינדער אז זיי לאזט מען נאטירליך, מען לאזט זיי לעבן".


אזוי קען איך דיר דערציילן יעדן טאג מעשיות וואס איך הער פון בחורים און אינגעלייט; דאס איז שוין היינט וואס אלע זאגן: "היינט איז שוין נישט ווי אמאל, היינט שלאגט מען נישט, היינט פארשעמט מען נישט"; די ליגנט אז 'היינט שלאגט מען נישט און מען פארשעמט נישט' - דאס איז זיך צו בארואיגן מען זאל זיך אליינס נארן אז די קינדער באקומען דאס בעסטע חינוך וואס איז דא.


איך דאנק דעם אייבערשטן אז ער האט אויף מיר רחמנות געהאט, מיך מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן, מיך געברענגט אין היכל הקודש.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, איך דארף לויפן צו די בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.