מכתב יומי

ה אלול תשפ"ב

September 01 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


קוק נישט קיין מאווי"ס, קליפ"ס, סטעטו"ס - וכדומה. יעצט אין חודש אלול, אין חודש התשובה - זאלסטו אפלאזן די אלע זאכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית טז.): "אָדָם שֶׁתּוֹפֵס שֶׁרֶץ בְּיָדוֹ, אֲפִלּוּ טוֹבֵל בְּכָל מֵימוֹת שֶׁבָּעוֹלָם לֹא עָלְתָה לוֹ טְבִילָה, זְרָקוֹ מִיָּדוֹ כֵּיוָן שֶׁטָּבַל בְּאַרְבָּעִים סָאָה מִיַד עָלְתָה לוֹ טְבִילָה", ווען איינער איז טמא און טובל'ט זיך - ווערט ער ריין נאר אויב ער לאזט אפ דעם טויטן שרץ, ווייל ווי לאנג מען האלט אן דעם טויטן שרץ, אפילו מען טובל'ט זיך אין אלע וואסערן, אין אלע מקוואות - בלייבט מען טמא, נאר אז מען ווארפט אוועק די טויטע שרצים - ווערט מען טהור.


יעצט ווען מען פיבערט שוין מיט די נסיעה קיין אומאן, מען הערט נישט אויף טראכטן פון די נסיעה קיין אומאן - דארף מען זיך מטהר זיין די אויגן, די מח - מער נישט קוקן עבירות. אז מען קוקט ניאוף און מען איז פוגם בברית רחמנא לצלן - פארלירט מען די אמונה, מען פארלירט אלעס; מען פארלירט דאווענען, מען פארלירט לערנען, מען ווערט בעצבות און מרה שחורה'דיג, אלעס הויבט זיך אן ביי קוקן עבירות.


טייערער ברודער, ליכטיגער נשמה, ווארף אוועק די זאכן, זיי זיך מקדש ומטהר; מיר פארן שוין כמעט צום רבי'ן - דארפן מיר זיך אנגרייטן אזוי ווי עס דארף צו זיין. נעם א משניות, א גמרא; דאס זאל זיין דיין נייע שפילצייג, אנשטאט שפילן מיט'ן טעלעפאן - זאלסטו האלטן אין האנט א גמרא, א משניות, ספרים פון רבי'ן; מיר דארפן דאך רחמי שמים מיר זאלן בלייבן ביים אייבערשטן, און אונזערע דורות זאלן בלייבן ביים אייבערשטן.


אז דו וועסט אוועק ווארפן די שמוצערייען - וועסטו זוכה זיין צו תשובה שלימה באמת.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור פון אברכים, איך האף דיך צו זען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.