מכתב יומי

כח אב תשפ"ב

August 25 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, ערב ראש חודש אלול מוקדם, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר דאנקען פאר'ן מיר העלפן בויען דעם שטעטל; פאר'ן זיך אנשטרענגען און נעמען די מי צו גיין (וואויטן) שטימען מיט דיין ווייב. עס איז א גרויסע הילף, עס האט שוין געמאכט א גרויסע מהפכה, זיי האבן נאך אזוינס נישט געזען; אזויפיל אידן זאלן קומען שטימען.


יעצט קומען זיי און בעטן זיך, זיי ווילן זיצן מיט די הנהלה. אפילו די גאר לינקע וואס האבן נישט געוואלט שטיין מיט אונז אין ווארט - קומען יעצט, זיי ווילן אונז צופרידן שטעלן זיך צו פארזיכערן א בענקל ביי די קומענדיגע וואלן.


איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט צוריק אנהויבן קומען צו די שיעורים יעדע ליל שישי. עס איז זייער וויכטיג צו קומען כאטשיג איין מאל א וואך הערן חיזוק, עצות און שכל פאר'ן לעבן.


די לעבן ווערט יעדן טאג מער קאמפלעצירט; אז נעכטן האט מען זיך געקענט אליינס אן עצה געבן - מיינט נישט אז היינט וועט מען זיך קענען אן עצה געבן, כל שכן אז נעכטן האט מען זיך אויך נישט געקענט אן עצה געבן... נאר דורכ'ן הערן חיזוק רייד פון הייליגן רבי'ן - קען מען זיך דערהאלטן.


טייערער ליבער ברודער, שטיי ווייט פון מענטשן וואס נעמען דראג"ס; גיי נישט צו קיין פארטי וואו מען שלעפט א שלעפ פון ווי"ד, עס איז סכנת נפשות; געדענק איך האב דיר פאראויס געווארנט! מען פארלירט די וועלט און אויך יענע וועלט.


אויך געב אכטונג פון מענטשן וואס טרינקען; נעם זיך נישט צוזאם מיט מענטשן וואס וועלן דיר אראפשלעפן צו שכרות, נעם זיך צאם מיט מענטשן וואס וועלן דיך ברענגען נענטער צום אייבערשטן.


מיר גייען באלד זאגן יום כיפור קטן, מיר גייען זיך גרייטן פאר'ן נייעם גאסט, דער גרויסער גאסט - חודש אלול; דער אייבערשטער געבט אונז א חודש פון רחמנות, א חודש פון ליבשאפט, א חודש פון נאנטקייט, זיך צוריק צו קערן צו אים.


בעט איך דיר זייער, קום צו די שיעורים; שטעק אריין דיין קאפ צווישן אונזער הייליגע חבורה וואס מען לעבט מיט אמונה, א חבורה וואס מען חזר'ט תכלית.


נעם זיך גוטע חברים; איך בין גרייט צו זיין דיין חבר, דיך מחזק זיין אויף תורה, תפילה, מצוות ומעשים טובים.


אין שטעטל האב איך געעפנט יעצט א נייע ארגאניזאציע, א פרישע גמ"ח - פון רעדן שיין איינער צום צווייטן, פון פארגינען איינער דעם צווייטן, פון זיך פרייען ווען א צווייטער איז מצליח; אויב דו ווילסט זיין א וואלענטיר ביי אונזער ארגאניזאציע דארפסטו מיר נישט לאזן וויסן, נאר הויב אן טון צו די זאך.


א כתיבה וחתימה טובה.