מכתב יומי
ב חשון תשע"ח
October 22 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת לך לך, ב' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
געלויבט דעם הייליגן באשעפער אז מיר זענען אריין אינעם זיבעטן יאר פון ווען מיר האבן געעפענט די מיידל סקול "בית פיגא" ברסלב.
מאנטאג פרשת נח תשע"ב לפרט קטן האב איך באקומען א בריוו פון מוהרא"ש זכרונו לברכה, מוהרא"ש שרייבט מיר איך זאל עפענען א סקול "בית פיגא"; דעמאלט איז עס געווען א געשפעט ביי יעדן איינעם - כולל אנשי שלומינו, אלע האבן געלאכט פון מיר, חוץ זעקס משפחות וואס האבן אריין געשטעלט זייערע קינדער, האבן אלע געלאכט. היינט ווען מען קוקט צוריק, מען זעט ווי שיין די סקול שטייט, אז עס האלט שוין ביי זיבעציג מיידליך קיין עין הרע - דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים און די ניסים וואס ער טוט מיט אונז, אז מיר האבן א פלאץ וואו אונזערע קינדער קענען אויפוואקסן מיט דעם הייליגן רבינ'ס עצות.
איך וויל בעטן אלע אינגעלייט וואס שיקן זייערע טעכטער אין סקול, היות מיר האבן נישט קיין פלאץ פאר די מיידלעך, האבן מיר ארויף געבויעט העכער די ישיבה דריי נייע קלאסן פאר די קליינע מיידלעך, דאס האט מיר געקאסט קרוב צו פופציג טויזענט דאללער; איך האב נישט די געלט, און איך בין אריין אין חובות נאר פאר אייערע טעכטער. דערפאר בעט איך אלע מיינע תלמידים, בפרט ווער עס שיקט זיינע טעכטער אין סקול, יעדער זאל זיך משתתף זיין מיט די מצוה, מען זאל נעמען א חלק אין די הוצאות וואס דאס האט מיר געקאסט.
איך שלעפ א בארג חובות, און איך האב מער נישט קיין כח צו די שווערע חובות; איך בין יעצט אריין אין טיפע חובות מיט דעם בנין אין אומאן, איך האב געמיינט אז ווען איך וועל בעטן מיינע תלמידים זיי זאלן מיר העלפן, וועלן אלע קומען ברענגען געלט מיר צו העלפן וכו', דערווייל זע איך אז עס איז נישט אזוי, און בלויז געציילטע תלמידים האבן מיר געברענגט געלט, און רוב מאכן זיך נישט וואוסענדיג, און איך בין געבליבן אין חובות. יעצט קומט ווינטער, און איך מוז ענדיגן גיסן די צעמענט, ווייל אז איך וועל עס לאזן שטיין אזוי ווי עס אזי, וועט עס מיר קאסטן נאכדעם אסאך מער, אבער איך קען נישט גיסן ווייטער די צעמענט ווייל איך האב נישט קיין כח מער אויף חובות.
איך האב נישט וואו צו גיין בעטן געלט - נאר פון מיינע תלמידים; פאר יעדע צוועק קען מען ארום גיין אין די גאנצע וועלט בעטן געלט, און יעדער וועט געבן, אבער פאר ברסלב - בפרט היכל הקודש - וועט קיינער נישט געבן, די איינציגסטע צו וועם איך קען בעטן "העלפט מיר" זענען מיינע תלמידים. ווען אלע תלמידי הישיבה וואלטן צוגעלייגט א פלייצע צו ענדיגן דעם בנין אין אומאן וואס איך בוי פאר ענק, וואלטן מיר געקענט אריינגיין דעם קומענדיגן יאר שנת תשע"ט לפ"ק, אבער לעת עתה זעט נישט אויס אז עס זאל אזוי שנעל פארטיג ווערן.
איך ווענד מיר צו מיינע טייערע תלמידים שיחיו: העלפט מיר איך זאל קענען ענדיגן דעם בנין אין אומאן; העלפט מיר מיט די סקול, אז די מיידלעך זאלן האבן א פלאץ וואו צו לערנען. און ווער עס וועט מיר העלפן אויפשטעלן די מוסד וועט האבן נחת פון זיינע קינדער.
וואס זאל איך דיר זאגן, איך בין זייער איינטוישט; איך האב געמיינט אז אלע וועלן מיר העלפן, ביז דערווייל שטיי איך אין חובות וואס איך האב גענומען נאר פאר ענק. גלייב מיר, פאר מיר נעם איך גארנישט פון די ישיבה; דער זמן האט זיך אנגעפאנגען די צענטע יאר פון ווען די ישיבה שטייט, איך האב נישט גענומען קיין געהאלט פון די ישיבה פון ווען די ישיבה האט זיך געפענט, איך נעם נישט פאר מיר גארנישט, צען יאר בין איך ראש ישיבה נאר פאר ענק, און איך נעם נישט קיין געהאלט וכו'. געלויבט דעם אייבערשטן וואס ער העלפט מיר יעדן טאג איך זאל קענען מפרנס זיין מיין ווייב און קינדער, אלע מיינע חובות וואס איך האב איז נאר פאר די ישיבה, פאר די חדר, פאר די מיידל סקול, פאר קעמפ, און יעצט פאר דעם נייעם בנין אין אומאן.
איך רעד שוין נישט פון דעם אז עס זענען דא עלטערן וואס צאלן נישט קיין שכר לימוד, און ווען מען רופט זיי וכו' מאכן זיי זיך נישט וויסענדיג, זיי קענען נאך רעדן מיט חוצפה און מיט עזות צו די איינגעשטעלטע וכו'; אפילו איינער וואס האט באמת נישט קיין געלט קען היינט צאלן שכר לימוד דורך מאכן פראגראמען (וואוטשערס), די שטאט העלפט ארויס אלע וואס האבן נישט די מעגליכקייט צו צאלן שכר לימוד, און ווען מען בעט זיי צו מאכן פראגראמען מאכן זיי ליצנות פון די איינגעשטעלטע כאילו דאס האט נישט מיט זיי, דאס ווייזט ווער זיי זענען. מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אן א שיעור בריוו אין אשר בנחל: "די אלע וואס מאכן זיך נישט וויסענדיג און צאלן נישט קיין שכר לימוד, ווייזן ארויס וואס זייער תכונת הנפש איז".
חכמינו זכרונו לברכה זאגן (ביצה טז.): "כָּל מְזוֹנוֹתָיו שֶׁל אָדָם קְצוּבִים לוֹ מֵרֹאשׁ הַשָׁנָה וְעַד יוֹם הַכִּפּוּרִים, חוּץ מֵהוֹצָאַת שַׁבָּתוֹת וְהוֹצָאַת יוֹם טוֹב, וְהוֹצָאַת בָּנָיו לַתַּלְמוּד תּוֹרָה; שֶׁאִם פָּחַת פּוֹחֲתִין לוֹ, וְאִם הוֹסִיף מוֹסִיפִין לוֹ", ראש השנה שרייבט מען אן וויפיל געלט דער מענטש גייט האבן דעם קומענדיגן יאר, חוץ די געלט וואס א מענטש קויפט איין לכבוד שבת ויום טוב, און די געלט וואס מען צאלט פאר שכר לימוד, וואס אויב מען פארמינערט, פארמינערט מען אים, און אויב פארמערט ער, פארמערט מען אים פון הימל פרנסה.
איך האב געלייגט א גרויסע טאוול אין ישיבה צו מפרסם זיין אלע תלמידים וואס העלפן מיט דעם בנין און אומאן, איך האב געמיינט אז עס וועט זיך גלייך אנפילן, דערווייל איז עס ליידיג; דערפאר בעט איך דיר מיין טייערער תלמיד, העלף מיר אז איך זאל דיר קענען העלפן. אז דו וועסט מיר העלפן אויפבויען די מוסד וועסטו הנאה פון דעם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.