מכתב יומי
ג חשון תשע"ח
October 23 2017
‹ ›
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת לך לך, ג' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון עוסק זיין אין הפצה; חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (ירושלמי כתובות, דף סו): ריש לקיש האט געפאסט דריי הונדערט תעניתים אז ער זאל זוכה זיין צו זען רבי חייא, און ער האט נישט זוכה געווען אים צו זען, האט ריש לקיש געהאט חלישות הדעת, און ער האט געבעטן דעם אייבערשטן און געזאגט: "רבונו של עולם, איך האב נישט געלערנט אזוי פלייסיג ווי רבי חייא? רבי חייא האט דען געלערנט מער ווי מיר?!" האט מען אים געענטפערט: "ער האט נישט געלערנט מער ווי דיר, אבער ער האט אריין געברענגט תורה אין אידישע קינדער מער ווי דיר, און נישט נאר דאס, נאר רבי חייא איז געגאנגען גלות ליידן צו לערנען, ער איז ארויף קיין ארץ ישראל". האט ריש לקיש פארשטאנען אז דאס גרויסקייט פון ר' חייא איז געווען ווייל ער איז געגאנגען אין גלות צו לערנען תורה, האט ריש לקיש געזאגט: "רבונו של עולם, איך בין אויך געגאנגען אין גלות כדי צו לערנען תורה", האט מען אים געענטפערט: "דו ביסט געגאנגען אין גלות צו לערנען תורה פאר דיר, אבער רבי חייא איז געגאנגען אין גלות פאר א צווייטן, ער איז ארום געגאנגען אויסלערנען תורה פאר אידשע קינדער"; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון א מענטש וואס גייט אין גלות פאר א צווייטן איד.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק יא): "וְשֶׁמָּא תֹּאמַר, אוֹתָן שִׁבְעִים אֶלֶף שֶׁנֶּהֶרְגוּ בְּגִבְעַת בְּנֵי בִּנְיָמִין מִפְּנֵי מַה נֶהֶרְגוּ? פארוואס איז געשען די ביטערע גזירה אז זיבעציג טויזנט אידן זענען געשטארבן ביי די מעשה פון 'פלגש בגבעה'? הָיָה לָהֶן לְסַנְהֶדְּרִין גְדוֹלָה שֶׁהִנִּיחַ משֶׁה וִיהוֹשֻׁעַ וּפִנְחָס בֶּן אֶלְעָזָר עִמָּהֶם שֶׁיִּקְשְׁרוּ חֲבָלִים שֶׁל בַּרְזֶל בְּמָתְנֵיהֶם וְיַגְבִּיהוּ בִּגְדֵיהֶם לְמַעְלָה מֵאַרְכֻּבּוֹתֵיהֶם וִיחַזְּרוּ בְּכָל עֲיָרוֹת יִשְׂרָאֵל, יוֹם אֶחָד בַּבַּיִת אֵל, יוֹם אֶחָד לְחֶבְרוֹן, יוֹם אֶחָד לִירוּשָׁלַיִם, וִילַמְּדוּ אֶת יִשְׂרָאֵל דֶרֶך אֶרֶץ בַּשָּׁנָה בִּשְׁתַּיִם בְּשָׁלֹשׁ, עַד שֶׁיִתְיַשְּׁבוּ בְּאַרְצָם כְּדֵי שֶׁיִּתְגַּדֵּל וְיִתְקַדֵּשׁ שְׁמוֹ שֶׁל הַקָבָּ"ה בָּעוֹלָם כּוּלוּ שֶּׁבָּרָא מִסוֹף הָעוֹלָם וְעַד סוֹפוֹ, ווייל ווען די אידן זענען אריין אין ארץ ישראל וואלטן די סנהדרין געדארפט גיין 'הפצה' יעדן טאג צו א צווייטע שטאט - איין טאג צו ירושלים, איין טאג צו חברון, בית קל, און לערנען מיט אידישע קינדער תורה. און זיי וואלטן זיך געדארפט מאכן גוטע שיך אז מען זאל האבן כח צו גיין.
הֵן לֹא עָשׂוּ כֵּן. אֶלָא כְּשֶׁנִּכְנְסוּ לְאַרְצָם, כָּל אֶחָד וְאֶחָד נִכְנַס לְכַרְמוֹ וּלְיֵינָם, אָמַר שָׁלוֹם עָלַיִך נַפְשִׁי - כְּדֵי שֶׁלֹא לְהַרְבּוֹת אֶת הַטוֹרַח, אבער זיי האבן נישט אזוי געטון נאר יעדער האט זיך באשעפטיגט מיט זיינע ענינים, און געזאגט שלום עלי נפשי, דערפאר איז געקומען די ביטערע גזירה; זעט מען פון דעם וואס הפצה איז, און וואס מען קען איינשפארן אויב מען איז עוסק אין הפצה, וויפיל גזירות רעות מען קען אוועק נעמען פון כלל ישראל אויב מען איז עוסק צו פארשפרייטן די אמונה אין די וועלט.
דערפאר ליגט א חוב אויף אונז ארויסצוגיין אין דער וועלט, פארשפרייטן פאר יעדן איינעם אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט.
איך בעט דיר זאלסט גיין יעדן טאג אביסל הפצה, און מוהרא"ש זכרונו לברכה האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט עוסק זיין אין הפצה וועט האבן שפע.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.