מכתב יומי

ל תשרי תשע"ח

October 20 2017

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט ווען עס קומט שבת, דארף מען זיך אנגרייטן שיינע מעשיות צו דערציילן ביי די סעודה פאר די ווייב און קינדער; קינדער האבן זייער ליב צו הערן מעשיות, און דאס איז דער גרינגסטער וועג זיי צו האלטן רואיג ביי די סעודה. א מעשה האט יעדער ליב צו הערן, עס דארף נישט זיין דווקא מעשיות פון צדיקים, מען קען אויך פארציילן מעשיות וואס מען האט ביי זיך אליינס, מעשיות פון השגחה פרטית, מעשיות פון תפילה, מעשיות פון חסד וכו' וכו'. א מעשה האט א מורא'דיגע כח, און ווען מען הערט א מעשה גייט דאס אריין זייער שטארק אין הארץ - מער ווי ווען מען הערט א דרשה וכו'.


וויסן זאלסטו אז חינוך הייבט זיך אן ביי זיך אליינס; נאך אביסל וועסטו האבן גרויסע קינדער, און ווי אזוי דו וועסט זיך אויפירן וועלן זיי זיך פירן. אויב קינדער זעען ווי דער טאטע גייט שבת אין שול דאווענען, וועלן זיי אויך דאווענען, און אויב קינדער זעען ווי דער טאטע גייט נישט אין שול דאווענען, ער גייט נאר זיך טרעפן מיט חברים וכו', וועלן זיי בכלל נישט גיין אין שול דאווענען; ווייל אז דער טאטע קומט נישט שבת אין שול, וועלן זיי אויך נישט גיין אין שול.


אויפן פסוק (תהלים קלט, טז): "יָמִים יֻצָּרוּ וְלוֹ אֶחָד בָּהֶם" זאגן חכמינו זכרונם לברכה (תנא דבי אליהו, פרק א): "זֶה יוֹם שַׁבָּת לְיִשְֹרָאֵל; אַף עַל פִּי שֶׁאַתֶּם עוֹשִׂים מְלָאכָה כָּל שִׁשָׁה יָמִים, יוֹם הַשַׁבָּת יַעֲשֶׁה כּוּלוֹ תּוֹרָה", אפילו א מענטש ארבעט א גאנצע וואך זאל ער שבת לערנען תורה, "מִכָּאן אָמְרוּ: לְעוֹלָם יַשְׁכִּים אָדָם וְיִשְׁנֶה בְּשַׁבָּת, וְיֵלֵך לְבֵּית הַכְּנֶסֶת וּלְבֵית הַמִדְרָשׁ, יִקְרָא בַּתּוֹרָה וְיִשְׁנֶה בַּנְּבִיאִים, וְאַחַר יֵלֵך לְבֵיתוֹ וְיֹאכַל וְיִשְׁתֶּה, לְפִי שֶׁאֵין לוֹ מְנוּחָה לְקוּדְשָׁא בְּרִיך הוּא אֶלָא עִם עוֹשֵׂי תּוֹרָה בִּלְבַד", דערפאר זאל א מענטש אויפשטיין שבת צופרי, און גיין אין שול לערנען און דאווענען, און נאכדעם אהיים גיין מאכן די סעודה, ווייל דער אייבערשטער האט נישט קיין נחת פון א מענטש נאר אז דער מענטש לערנט תורה. "מִכָּאן אָמְרוּ: שֶׁיִּקְרָא אָדָם כְּדֵי שֶׁלֹא תַּשִׂיגֶנוּ בּוּשָׁה וּכְלִימָּה בְּשָׁעָה שֶׁאוֹמְרִים לוֹ: "עַמוֹד וְעַרוֹך מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ", "עַמוֹד וְעַרוֹך מִשְׁנֶה שֶׁשָׁנִיתָ", זאגט אליהו הנביא ווייטער א מורא'דיגער לשון: א מענטש זאל זען צו לערנען חומש און משניות, ווייל ווען מען קומט ארויף אויף יענע וועלט פרעגט מען דעם מענטש: "הייב אן זאגן חומש וואס דו האסט געלערנט", "הייב אן זאגן משניות וואס דו האסט געלערנט", און ווי גרויס וועט זיין די בושה אז מען וועט בלייבן שטיין מיט אן אפענעם מויל, און מען וועט נישט האבן וואס צו ענטפערן.


דערפאר בעט איך דיר טייערע ליבער ..., שבת איז דא צייט, בפרט יעצט קומט די ווינטער וואכן, דער זמן ווערט פריער און פריער, און עס איז דא א לאנגע פרייטאג צו נאכטס; גלייך נאכן דאווענען גיי אהיים מאכן די סעודה, בלייב נישט שמועסן אין שול מיט חברים - וואס היינט איז ער דיין חבר, און באלד בארעדט ער דיר אונטער דיין ריקן.


עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן רעא): "כְּשֶׁיָּבֹא לְבֵיתוֹ יְמַהֵר לֶאֱכֹל מִיָּד", מען דארף גלייך אהיים גיין מאכן די סעודה; פון די אלע שמועסעלעך בלייבט גארנישט איבער. אנשטאט שמועסן אין שול פון דברים של מה בכך, גיי אהיים און שמועס מיט דיין ווייב און קינדער פון די סדרה, פון צדיקים; פארצייל זיי מעשיות פון תפילה, מאך די סעודה געשמאק פאר דיין ווייב און קינדער.


נאך די סעודה איז דא צוויי ברירות - אדער גייט מען שלאפן און מען שטייט אויף שבת אינדערפרי לערנען פארן דאווענען, אדער בלייבט מען אין שטוב לערנען נאך די סעודה. זאלסט נעמען א משניות און זאגן א פרק נאך א פרק, נעם א גמרא און זאג א דף נאך א דף, ווייל נאר דאס וועט איבער בלייבן פון דיר; ווען מען גייט צו א מסיבה זעט מען אן אויבן-אן וואו מען זעצט ארויף עשירים מיט נגידים וכו' וכו', אבער אויבן אין הימל איז דא א צווייטע סארט אויבן-אן, דארט זעצט מען אראפ מענטשן וואס האבן געהאט שוועריקייטן אין לעבן, און דאך האב זיי אריינגעכאפט אביסל תורה יעדן טאג, און געגאנגען אין שול דאווענען דריי מאל א טאג.


זע צו פרייליך מאכן אין שטוב, און זיי נישט אזוי באבלאזן, ווייל קיינער קומט דיר גארנישט; מאך פרייליך דיין ווייב און קינדער, און געדענק וואס דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יז): "צָרִיך לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", שבת דארף מען זיין זייער פרייליך.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן: "זיי קלוג - נישט גערעכט"; מיט אביסל שכל קען מען איבערדרייען דאס גאנצע שטוב פאר א 'גן עדן' ממש, אבער ווען מען זוכט נאר צו זיין גערעכט ווערט די שטוב א 'גיהנום'. גיי ארום מיט א שמייכל, אפילו דו האסט נישט אויף וואס צו שמייכלען. דער רבי האט געזאגט פאר איינעם וואס איז אים געקומען זאגן אז ער האט נישט קיין כח צו דאווענען, האט אים דער רבי געזאגט: "מען שניצט זיך א רוגז"; דאס הייסט אז מען מאכט זיך ווי מען האלט דערביי, און נאכדעם האלט מען שוין דערביי, דאס זעלבע איז ביי שמחה: "מאך זיך פרייליך", וועסטו זען אז דו וועסט ווערן פרייליך. 


א גוט שבת און א גוטן חודש.