מכתב יומי
ג חשון תשפ
November 01 2019
‹ ›[די פרויען בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ג' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
געב אכטונג נישט צו שרייען אין שטוב, עס זאל דיר נישט אנגיין וכו'; בפרט ערב שבת זאלסטו זיך איינהאלטן מיט אלע כוחות נישט צו ווערן בכעס. דער הייליגער חיד"א שרייבט אין ספר עבודת הקודש (מורה באצבע סימן ד, אות קמ) אז ערב שבת קומט דער שטן אין יעדע שטוב און מאכט עס זאל אויסברעכן א מחלוקת צווישן מאן און ווייב, ווייל ער האט זייער מורא ווען די מאן און ווייב פארטראגן זיך, בעיקר שבת קודש, ווייל ווען די מאן און ווייב פארטראגן זיך און לעבן צוזאמען באהבה ושלום, דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויף זיי און ער ווערט ארויס געטריבן פון אזא סארט שטוב; דערפאר דארף מען זייער אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זיך נישט קריגן, עס זאל גארנישט אנגיין און מען זאל זיך נישט בייזערן אויף יעדע קלייניקייט וואס פאסירט.
איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען שבת פרשת ויגש צום "שבת סיום הש"ס", "שבת התוועדות תלמידי הישיבה", "שבת התוועדות תלמידי היכל הקודש".
די וואך מוצאי שבת וועלן מיר אנהייבן אין ישיבה דעם פראגראם פון "אבות ובנים", גלייך נאך מעריב וועלן מיר בלייבן אין ישיבה מיט די קינדער לערנען און שמועסן מיט זיי פון די וואך, פון די פרשה, פון די לימודים וכו'. מען וועט טיילן פאר אלע קינדער א נאש, אויך וועט זיין א גורל.
עס איז זייער וויכטיג אז דו זאלסט זיך אנשליסן אין די פראגראם פון אבות ובנים; אויב איז דיר שווער צו בלייבן אין שול נאכן זמן, דיין ווייב וויל דו זאלסט קודם אהיים קומען, זאלסטו אהיים גיין און נאכדעם גיין לערנען מיט דיין קינד ביי אבות ובנים; היינט איז דא דער פראגראם כמעט אין יעדע שול, קינדער ווארטן צו שמועסן אביסל מיט זייער טאטע וכו'.
איך שיק דיר א בריוו פאר דיין ווייב.
זאלסט האבן א פרייליכן שבת.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ג' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך ווארט צו הערן אויב איר האט הנאה געהאט פונעם שיעור די וואך; איך האף אז איר האט באקומען פון דעם פרישע כוחות אנצוגיין ווייטער מיט די עבודת הבית, עבודת הקודש, וואס אידישע פרויען ברענגען אויף די קינדער וכו' וכו'.
איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך; אפילו איר האט טענות אויף אייער מאן וכו', זאלט איר זיין קלוג און געדענקען וואס שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", אזוי ווי ווען מען קוקט אין וואסער שפיגלט מען זיך דערין - ווען מען שמייכלט זעט מען א שמייכל און ווען מען איז זויער זעט מען א זויערע בילד, אזוי אויך איז דאס לעבן; אויב מען שמייכלט צו א 'שפיגל' זעט מען ווי איינער שמייכלט צוריק, און אויב מען ווייזט א זויערע פנים צום 'שפיגל' זעט מען צוריק א זויערע פנים.
ווייזטס א שמייכל פאר אייער מאן, רעדטס צו אים שיין און הארציג וועט ער זיך אינגאנצן איבער דרייען לטובה, ער וועט טון אייער ווילן וכו'; מיט גוטס און מיט געדולד קומט מען אסאך ווייטער ווי ווען מען בלאזט און מען רעדט נישט וכו' וכו'.
בשעת הדלקת הנירות זאלט איר בעטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר אז דעם רבינ'ס פייער זאל אייביג טליען אין מיין הארץ און עס זאל טליען און ברענען אין מיינע קינדער'ס הערצער; עס זאל ברענען אין מיין מאנ'ס הארץ, מיין מאן זאל האבן א געפיל אין הייליגן רבי'ן און דעם רבינ'ס ווערטער זאל זיין חשוב און טייער ביי מיר און ביי מיינע קינדער".
איר זאלט האבן א פרייליכן שבת.