מכתב יומי
ג טבת תשע"ח
December 21 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער דו זאלסט ארום גיין מיט א שמייכל; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית כב.): אליהו הנביא האט אמאל באגעגנט רבי ברוקא אויפן גאס, און ער האט אים געוויזן אויף צוויי מענטשן אז זיי זענען בני עולם הבא, ווייל זיי גייען ארום פרייליך מאכן אידישע קינדער, זיי שמייכלען צו יעדן איינעם. ווען זיי זעען ווי צוויי מענטשן קריגן זיך, מאכן זיי דארט פרייליך ביז זיי בעטן זיך איבער; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון ארום גיין מיט א שמייכל און פרייליך מאכן א צווייטן.
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן א'): "הַיֵּצֶר הָרָע מִתְלַבֵּשׁ עַצְמוֹ בְּמִצְווֹת, וּמַטְעֶה אֶת הָאָדָם כְּאִלּוּ מְסִיתוֹ לַעֲשוֹת מִצְוָה"; ווען דער יצר הרע קומט צום מענטש אים אוועק צו נעמען פונעם אייבערשטן, שטעלט ער זיך אהער ווי אן ערליכער איד, ער רעדט איין דעם מענטש אויף אן עבירה אז דאס איז א מצוה. ר' נתן זכרונו לברכה זאגט: "וואו זעט מען אז דער יצר הרע נעמט אן עבירה און מאכט עס פאר א מצוה? ביי מחלוקת! ער קומט צום מענטש מיט א פרומען פנים, אז די מענטשן וכו' איז א מצוה צו רודפ'ן.
וויסן זאלסטו, אז די ערגסטע זאך איז מחלוקת; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש במדבר רבה יח, ד): "מחלוקת איז אזוי הארב, אז אפילו קליינע קינדער ווערן אוועק גענומען פון דער וועלט אלץ א שטראף פאר מחלוקת. בית דין של מטה געבט נישט קיין עונש פאר א קטן אונטער די דרייצן יאר, און בית דין של מעלה שטראפט נאר פון די צוואנציג, אבער ביי די מחלוקה פון קרח האבן אלע באקומען אן עונש, אפילו די קליינע קינדער פון איין טאג אלט".
דערפאר בעט איך דיר, אנטלויף פון מחלוקת! קיינער זאל דיר נישט איינרעדן אז עס איז א מצוה צו רודפ'ן דעם און יענעם; דו שטיי אין דער זייט. ווער רעדט נאך ווען מען קומט דיר זאגן אז דאס איז לשם שמים - פון די מענטשן זאלסטו זיך גאר שטארק היטן, ווייל מען באצאלט א טייערע פרייז ווען מען רודפ'ט א צווייטן.
איך בעט דיר, אנטלויף פון יעדע סארט מחלוקת! אפילו מען וועט דיר איינרעדן אז דאס איז א מצוה, מען דארף יענעם רודפ'ן, מען דארף פארשעמען וכו' - די סארט מצוות לאז איבער פאר א צווייטן, דו אנטלויף פון מחלוקת. זאלסט יעדן איינעם געבן א שמייכל, וועט דיר גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.