מכתב יומי

ג טבת תשע"ט

December 11 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב זייער הנאה צו הערן פון דיר אז דו האסט זיך מחי' געווען מיט די בריוו וואס איך האב דיר געשריבן בענין חיזוק אויף שמירת עיניים. דעריבער וועל איך דיר שרייבן נאך אביסל חיזוק אין דעם ענין.


וויסן זאלסטו טייערער ליבער ברודער אז מיר האבן א גרויסע רבי וואס האט פאר אונז ליכטיגע עצות; ווער עס פאלגט די עצות דער לעבט א גוט לעבן. דערפאר זאלסטו זיך קובע זיין א שיעור אין רבינ'ס ספרים וועסטו האבן חיזוק אנצוגיין אין לעבן.


לערן די תורה אין ליקוטי מוהר"ן די ערשטע חלק (סימן עב) וואו דער רבי זאגט אז ווער עס האט נאר אביסל שכל און טראכט פונעם אייבערשטן איז ביי אים די גאנצע תאוה פון ניאוף א שטות און אן עקל און עס איז אים ניטאמאל א נסיון בכלל; לערן די תורה און בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט האבן שכל נישט צו קוקן קיין עבירות.


דו ביסט צו שוואך זיך צו קריגן מיטן יצר הרע, א מענטש קען זיך נישט קריגן מיט א מלאך, נאר אז מען לערנט תורה האט מען די כחות זיך צו קריגן מיטן יצר הרע. דעריבער האט אונז מוהרא"ש אזויפיל געבעטן - נאכאמאל און נאכאמאל – אז מיר זאלן לערנען תורה, און אפילו אז מיר פארשטייען נישט זאלן מיר זאגן די ווערטער - די אותיות פון די תורה, כדי מיר זאלן זיך קענען קריגן מיטן יצר הרע.


יעצט לערנען מיר מסכת חולין וואו מען לערנט די הלכות פון שחיטה; די מסכתא הייבט זיך אן מיט די ווערטער: "הַכֹּל שׁוֹחֲטִין וּשְׁחִיטָתָן כְּשֵׁרָה", אלע קענען שחט'ן, דאס איז א רמז אז אויב מען לערנט תורה שחט מען דעם ס"מ, און ביי דעם איז אויך דער דין אז אלע קענען שחט'ן דעם יצר הרע דורך לערנען תורה אויף סיי וואס פאר א אופן; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן יעדן טאג דעם דף גמרא.


אויך וויל איך דיר בעטן נאכאמאל: "גיי אהיים צו דיין ווייב!" אנשטאט זיצן אין קאר מיט דיין טעלעפאן און שפילן דערויף א געים, זאלסטו ענדערש שפילן מיט דיין ווייב א געים; אנשטאט לאכן צו דיין טעלעפאן ווייז א שמייכל פאר דיין ווייב.


איך דארף לויפן צו די בחורים; זיי האבן נישט קיין ווייב און זיי ווארטן אויף חיזוק.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.