מכתב יומי
ג טבת תשפ
December 31 2019
‹ ›[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
אז דו זוכסט אן עצה ווי אזוי צו זיין פרייליך זאלסטו רעדן מיט אנדערע פון הייליגן רבינ'ס עצות; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קו): "אִם לֹא יָכוֹל בְּעַצְמוֹ לָבוֹא לְגַדְלוּת הַמֹּחִין עֵצָה לָזֶה, שֶׁיַּשְׂכִּיל אֲחֵרִים וְעַל יְדֵי זֶה נִתְעוֹרֵר גַּם אֶצְלוֹ", ווען מען איז מחזק א צווייטן ווערט מען אליינס מחוזק, חוץ מזה וואס מען מען האט א גרויסע מצוה פון מחזק זיין נאך אנדערע און מען ווערט זייער שטארק.
זוך אויף צווישן אנשי שלומינו א גוטער חבר און זיי זיך מחזק מיט אים, דו זאלסט אים מחזק זיין און ער וועט דיר מחזק זיין. שלמה המלך זאגט (קהלת ד, ט-י): "טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד אֲשֶׁר יֵשׁ לָהֶם שָׂכָר טוֹב בַּעֲמָלָם", עס איז בעסער צו דינען דעם אייבערשטן מיט א חבר ווי צו זיין איינער אליין, "כִּי אִם יִפֹּלוּ הָאֶחָד יָקִים אֶת חֲבֵרוֹ, וְאִילוֹ הָאֶחָד שֶׁיִּפּוֹל וְאֵין שֵׁנִי לַהֲקִימוֹ", ווייל אז מען פאלט אראפ ווען מען איז אליין איז נישט דא ווער עס זאל אים העלפן זיך אויפהייבן, אבער אז מען האט א חבר קען דער חבר אים העלפן זיך אויפהייבן; דעריבער זאלסטו זיך מחזק זיין מיט א גוטער חבר, די עיקר דיבורים זאלן זיין פון אמונה און תפילה, אזוי וועסטו האבן די שטארקייט ווייטער ממשיך צו זיין מיט דיין הייליגע ארבעט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ג' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
עס איז מיר א גרויסע פרייד אז דעם קומענדיגן שבת פרשת ויגש וועלן מיר זיך צוזאמנעמען אלע תלמידי הישיבה פראווען א "שבת סיום הש"ס" און א "שבת התוועדות תלמידי הישיבה"; מיר וועלן פייערן צוזאמען דעם סיום הש"ס וואס מיר האבן געלערנט במשך די פארלאפענע זיבן יאר. איך קוק זייער ארויס אויף דעם שבת, דער אייבערשטער זאל מיר העלפן איך זאל האבן כח ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.
איך וויל דיר בעטן זאלסט טון אלעס אויף דער וועלט אז עס זאל שלום צווישן אונזערע חברים; דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכח.) רבי שמעון בן יוחאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אונזער זאך איז אז מיר האבן זיך ליב איינער דעם צווייטן; רבי שמעון בן יוחאי האט אריין געברענגט אין זיינע תלמידים אז מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, מוהרא"ש זאגט אויף דעם א שיינעם רמז: אֲ'נָ'ן' איז די ראשי תיבות: "אַ'נְשֵׁי נַ'חַל נ'וֹבֵעַ - בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אנשי שלומינו דארפן זיך האלטן צוזאמען און זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.
איך בעט זייער דעם אייבערשטן אז ביי אונז זאל מקוים ווערן וואס דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס וועט הערשן צווישן אייך.
איך האף דיר צו זען שבת.