מכתב יומי
ג כסלו תשע"ח
November 21 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער, שטארק דיר; שטארק דיר מיט אמונה אינעם אייבערשטן; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "ווער עס האט אמונה האט א לעבן"; ווי מער א מענטש חזר'ט ביי זיך די ריינע אמונה ווערט ער מער פרייליך, ווייל ער ווייסט אז אלעס קומט מיט א פונקטליכער חשבון, קיינער קען אים נישט צו נעמען זיין געלט, און קיינער קען אים נישט געבן קיין געלט. ער לויפט נישט נאך קיין מענטשן, און האט נישט מורא פון מענטשן, נאר יעדע זאך וואס ער דארף גייט ער צום אייבערשטן.
דאס לערנט אונז דער רבי אויס. ער לערנט אונז מיר זאלן שטענדיג רעדן צום אייבערשטן, ווייל נאר ער קען און וועט אונז העלפן. עס איז זייער א גוטע זאך צו זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין'ס; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, מען זען זאל דאס זאגן יעדן צופרי גלייך נאך ברכת התורה, אזוי וועט דער טאג גיין גאר אנדערש. ווען א מענטש לעבט מיט אמונה, ער גלייבט אינעם אייבערשטן, איז גאר אנדערש יעדע זאך, ווייל מען ווייסט אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, און ער ווייסט וואס עס איז גוט.
ווי אזוי איז מען זוכה צו לעבן מיט אמונה? דורכדעם וואס מען חזר'ט די אמונה; דערפאר פלעגן צדיקים זאגן די דרייצן אני מאמין'ס יעדן טאג. עס זענען געווען צדיקים וואס פלעגן חזר'ן די אני מאמין'ס אפאר מאל א טאג, דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו פלעגט חזר'ן די אני מאמין'ס עטליכע מאל א טאג, כדי צו לעבן מיט אמונה.
דערפאר זאלסטו חזר'ן יעדן טאג: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים, וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים", איך גלייב אז דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן, ער פירט דער וועלט, נאר ער אליין טוט אלעס, און ער וועט טון אלעס. "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ לוֹ לְבַדּוֹ רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל, וְאֵין רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל לְזוּלָתוֹ", איך גלייב אז ווען מען דארף א ישועה זאל מען נאר בעטן דעם אייבערשטן, ווייל נאר ער קען העלפן און וועט העלפן.
זע צו האבן א שיעור אין רבינ'ס ספרים, דורכדעם וועסטו ווערן אן ערליכע איד; דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן א גרויסער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר. "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו, רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע ענינים.