מכתב יומי

ב ניסן תשע"ט

April 07 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת טהרה, ב' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר קומען שוין נענטער צום יום טוב פסח ווען מיר גייען זוכה זיין צו מקיים זיין די הייליגע מצוות - עסן די מצה און די מרור, טרינקען די ד' כוסות, אויסרוימען די חמץ; דארפן מיר אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין צו מקבל זיין דעם יום טוב מיט שמחה און קדושה.


יעצט ווען מען איז פארנומען אריין צו ברענגען דעם יום טוב דארף מען זיך איבערגעבן צום אייבערשטן און גארנישט וועלן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פב): "וְזֶה שֶׁאָנוּ רוֹאִים שֶׁלִּפְעָמִים הוֹלֵךְ לְהָאָדָם שֶׁלֹּא כְּסֵדֶר", דאס וואס א מענטש זעט אז אלעס גייט אים פארקערט ווי ער וויל, "שֶׁאוֹמֵר: אֲנָּא אֶמְלֹךְ, בָּזֶה הוּא מְחַלֵּק וּמַפְרִיד אוֹתָהּ מֵהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דאס קומט צוליב דעם וואס דער מענטש זאגט: "איך וויל!" וואס מיט דעם טיילט ער זיך אפ פונעם אייבערשטן, "וּכְשֶׁהוּא מְחַלֵּק אֶת מַלְכוּת לְעַצְמוֹ, אֲזַי הוֹלֵךְ לוֹ שֶׁלֹּא כְּסֵדֶר", און אז מען טיילט זיך אפ פונעם אייבערשטן גייט אלעס פארקערט ווי מען וויל; דערפאר דארף א מענטש שטענדיג טראכטן ביי זיך: 'ווי אזוי דער אייבערשטן וויל - בין איך צופרידן', דעמאלט וועט אים אלעס גיין ווי אזוי ער וויל.


נעכטן ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט די שיחה פון הייליגן רבי'ן, וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי, כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי, וְשֶׁל בָּנַי, וְהַתְּלוּיִים בִּי - עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ, וְזֶה טוֹב מְאֹד", איך פיר זיך אז יעדן טאג געב איך איבער דעם גאנצן טאג פארן אייבערשטן, און אלעס וואס איך דארף ערלעדיגן - סיי פון מיר און סיי פון מיינע קינדער, אז דער אייבערשטער זאל טון ווי אזוי ער פארשטייט.


"וְכֵן כְּשֶׁמַּגִּיעַ שַׁבָּת אוֹ יוֹם טוֹב", אזוי אויך - זאגט דער רבי - ווען עס קומט שבת און יום טוב, "אֲזַי אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַהִתְנַהֲגוּת וְכָל הָעִנְיָנִים וְהַתְּנוּעוֹת שֶׁל אוֹתוֹ הַשַּׁבָּת אוֹ הַיּוֹם טוֹב - לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", געב איך זיך אינגאנצן איבער פארן אייבערשטן, "וַאֲזַי, אֵיךְ שֶׁמִּתְנַהֵג בְּאוֹתוֹ הַשַּׁבָּת וְיוֹם טוֹב, שׁוּב אֵינוֹ חוֹשֵׁב וְחוֹשֵׁשׁ כְּלָל שֶׁמָּא לֹא יָצָא יְדֵי חוֹבָה בְּהַנְהָגַת קְדֻשַּׁת אוֹתוֹ הַיּוֹם, מֵאַחַר שֶׁכְּבָר מָסַר הַכֹּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְסָמַךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ לְבַד". אזוי בין איך רואיג און פרייליך פונעם שבת און פונעם יום טוב, איך דארף נישט איבער טראכטן און איבער קלערן צי איך האב גוט געטון צי נישט.


מוהרא"ש האט נישט געהאלטן פון עסן פסח די אלע זאכן וואס קומען היינט ארויס מיט אן הכשר; מוהרא"ש שרייבט: "איך פארשטיי נישט די רבנים וואס געבן אן הכשר אויף די אלע זאכן!" אונזערע קינדער וועלן דאך נישט וויסן אז מען טאר נישט עסן קיין חמץ אז זיי זען מען עסט סיריעל, פיצא און בעיגל'ס וכו'; פסח מישט מען זיך נישט, מען עסט נישט נאר וואס מען מאכט אין שטוב און וואס מען האט געזען ביי די עלטערן. קויף אסאך מצה, דאס זאלסטו עסן א גאנץ יום טוב - דו מיט דיין ווייב און קינדער; יעדע שטיקל מצה איז א רפואה פאר'ן מענטש, אזוי אויך ברענגט יעדע שטיקל מצה אמונה.


מיר ארבעטן אויס צו מאכן חול המועד אין ישיבה א צייט פאר די קינדער ווען מען וועט זיי ווייזן כשר'ע ערליכע פלעיס וואס מען האט פארגעשטעלט אין ישיבה - סיי פאר אינגלעך און בחורים און אזוי אויך פאר מיידלעך, כדאי זיי זאלן נישט דארפן גיין צו קיין שום פלעי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.


...


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


א' פרשת טהרה, ב' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אזוי ווי דו האסט מיר געבעטן איך זאל דיר אויסלערנען ווי אזוי צו כשר'ן, וועל איך דיר שרייבן אפאר הלכות כדי דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו כשר'ן דיין קאך לכבוד פסח.


פרידזשידער - דאס דארף מען גוט אויסוואשן ווייל דאס איז א פלאץ וואו מען האלט חמץ א גאנץ יאר; מען דארף עס נישט כשר'ן ווייל מען האלט דארט נאר קאלטע זאכן. אבער היות אסאך מאל לייגט מען אריין דארט א הייסע טאפ, איז וויכטיג איבער צו דעקן אלע שעלפס מיט א צודעק אז עס זאל זיין כשר פאר פסח.


כשר'ן - מען קען נישט כשר'ן נאר אז מען קען גוט די הלכות:


  די ערשטע זאך דארף מען וויסן ווען מען כשר'ט אז מען קען נישט כשר'ן קיין שמוץ; דאס הייסט אויב די זאך וואס מען כשר'ט איז נישט זויבער העלפט נישט דאס כשר'ן, דעריבער דארף מען זיכער מאכן פאר מען כשר'ט צו רייניגן און אראפ נעמען אלע שמוץ.


· נאך א וויכטיגע זאך דארף מען וויסן, אז מען קען נישט כשר'ן א כלי, א טיש, אדער די קאונטער וכו' נאר אויב עס איז אריבער כאטשיג פיר און צוואנציג שעה אן נוצן די כלי, טיש, אדער קאונטער וכו' הייסערהייט. דעריבער, אויב דו ווילסט כשר'ן דיינע קאונטערס דארפסטו שוין א טאג פאר דעם אויפהערן צו נוצן די קאונטער פאר הייסע זאכן.


· מען קען כשר'ן מיט א חמצ'דיגע כלי; פארשטייט זיך אז עס דארף זיין ריין און נישט האבן גענוצט פאר פיר און צוואנציג שעה.


· ווען מען כשר'ט דארף מען ווארטן ביז די וואסער קאכט און עס הייבט אן ארויפקומען באבלעך, ערשט דעמאלט קען מען כשר'ן.


קאונטערס - דאס דארף מען גוט אויסרייבן, זויבער מאכן און אויך כשר'ן מיט הייסע וואסער; די פוסקים זאגן אז היות מיר דעקן סיי ווי איבער אלע קאונטערס, מען נוצט דאך נישט קיין שום קאונטער אדער טיש און דאס גלייכן נאר אויב עס איז איבערגעדעקט, דעריבער איז גענוג מען זאל כשר'ן מיט א הייסע טאפ אפילו אן א שטיין. מען זאל גיסן דריי מאל מיט אן 'עירו כלי ראשון', דאס הייסט מען נעמט דעם טאפ און מען גיסט פון דעם אליינס אויפן קאונטער, און שפעטער דעקט מען גוט צו דעם קאונטער מיט בלעכן אדער פלעסטיק.


גע"ז רענט"ש - די 'רינגען' (גרעיט"ס) אויף וואס די טאפ ליגט קען מען נישט כשר'ן מיט הייס וואסער, דאס מוז מען גליען מיט פייער - 'ליבון חמור' - ביז עס ווערט אזוי רויט אז אויב מען געבט אן האק דערויף גייט ארויס פינקען פייער, דערפאר איז כדאי צו קויפן באזונדערע פסח'דיגע רינגען ווייל עס איז נישט קיין גרינגע זאך דאס צו פסח'דיג מאכן. אויב האט מען נישט קיין פסח'דיגע דארף מען גיין צו א פלאץ פון "הגעלת כלים" מיט א גוטע הכשר און זיי זאלן דאס גוט מאכן.


· אויב האט מען העכער די גע"ז רענט"ש א הו"ד פאר די רויך און פארע דארף מען דאס אויך איבער דעקן מיט זילבער פעפער.


בכלל איז וויכטיג צו וויסן אז מוהרא"ש האט געהאלטן אז מען זאל האבן באזונדערע כלים פאר פסח, בפרט היינטיגע צייטן ווען עס איז נישט אזוי טייער און שווער צו האבן באזונדערע כלים, פלעגט מוהרא"ש זאגן מען זאל נישט כשר'ן קיין חמצ'דיגע כלים נאר קויפן באזונדערע כלים פאר פסח.


בעכערס - איז כדאי צו האבן א באזונדערע בעכער פאר פסח; עס איז ענדערש צו האבן א גלאז וואס איז פסח'דיג ווי צו נעמען דעם זילבערנעם בעכער פון א גאנץ יאר.


סינק - מען דארף אריינלייגן אינעם סינק א פסח'דיגע סינק, און די קראן (פאוסע"ט) זאל מען אנגיסן מיט הייסע וואסער דריי מאל. אויך זאל מען בשעת מען גיסט ארויף די הייסע וואסער לאזן רינען די קראן מיט הייסע וואסער, די הייסטע וואס איז שייך; אויב מען טוט אזוי פעלט נישט אויס צו כשר'ן מיט א שטיין.


טיש - נאכן כשר'ן מיט הייסע וואסער דארף מען דאס גוט איבער דעקן מיט הארטע פלעסטיק, און דאס גלייכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אויסרוימען די חמץ און אויך דעם יצר הרע וואס מאכט אונז חמצ'דיג מיט עבירות, מחלוקת וכו' וכו'.


א גוטע נאכט.