מכתב יומי
כט אדר ב' תשע"ט
April 05 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ערב שבת פרשת תזריע-החודש, כ"ט אדר ב', מברכים ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
מיר גייען שוין אריין אין זייער א גרויסער שבת; שבת ראש חודש ניסן, שבת החודש, ווען עס איז דעם הייליגן רבינ'ס יום הולדת. דער הייליגער רבי איז געבוירן געווארן ראש חודש ניסן שנת תקל"ב, עס איז דעמאלט אויסגעפאלן אזוי ווי היי יאר אז שבת החודש געפאלט אויס אין פרשת תזריע.
מוהרא"ש זאגט אז דער רבי איז געבוירן ראש חודש ווייל דער רבי לערנט אונז אויס זיך צו באנייען שטענדיג; די גאנצע זאך פון רבי'ן איז התחדשות - זיך באנייען. דער רבי לערנט אונז אויס מיר זאלן שטענדיג אנהייבן פון פריש, "אלט טאר מען נישט זיין" - האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן סימן נא), אן אלטער חסיד איז נישט גוט צו זיין, און אן אלטער צדיק איז נישט גוט צו זיין; מען דארף זיך שטענדיג אויפפרישן און זיך באנייען.
איך האף אז דו האסט פארשטאנען דעם נעכטיגן שיעור וואס מיר האבן גערעדט, אויף דעם וואס דער הייליגער בעל קדושת לוי דער בארדיטשובער רב זכותו יגן עלינו זאגט: "ווען די פרויען מאכן פסח'דיג, פון זייער קראצן, רייבן און כשר'ן ווערן באשאפן מלאכים, די זעלבע מלאכים וואס ווערן באשאפן ראש השנה ווען מען בלאזט שופר. אזוי ווי מען זעט אז קשר"ק וואס איז די ראשי תיבות פון: תק'יעה ש'ברים תר'ועה תק'יעה, איז אויך די ראשי תיבות פון די ווערטער: ק'ראצן, ש'ארן, ר'ייבן און כ'שר'ן", און די הלכה איז אז ביי תקיעת שופר דארף מען האבן א בעל מקריא וואס זאגט: "תקיעה, שברים, תריעה", אזוי ווייסט דער בעל תוקע וואס צו בלאזן, האבן מיר גערעדט אז אזוי דארף אויך זיין ביים פסח'דיג מאכן; דער מאן דארף העלפן מסדר זיין די ק'ראצן, ש'ארן, ר'ייבן און כ'שר'ן אזוי וועלן ארויס קומען שיינע מלאכים וכו'. אפילו מען האט נישט קיין כח צו העלפן, קען מען אבער מיט אביסל גוטע ווערטער ארויסהעלפן, מיט אביסל מסדר זיין וואס צו טון קודם און וואס נאכדעם; בעט איך דיר, זע צו העלפן אין שטוב. רעד שיין צו דיין ווייב, געב אכטונג נישט צו ווערן בכעס חס ושלום און ברענג נישט אריין קיין אנגעצויגנקייט אין שטוב. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סח): דורך כעס שטופט מען אוועק פון זיך די פרנסה.
העלף אריין ברענגען דעם פסח אין שטוב; געדענק וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט: "דער אייבערשטער איז אין שטוב, מען קען זיין אן עובד השם ווען מען העלפט אין שטוב".
בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו זיין פרייליך יום טוב; רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה האט אמאל געזאגט פאר זיין רבי - רבי נתן זכרונו לברכה ערב סוכות: "אז מען ארבעט אליינס אויף צו שטעלן די סוכה שפירט מען אן אנדערע טעם אין די סוכה", האט אים רבי נתן געזאגט: "דאס האסטו נאך נישט פראבירט, צו בעטן ערב סוכות פונעם אייבערשטן: 'רבונו של עולם, איך וויל שפירן א טעם אינעם יום טוב סוכות', וואס פאר א טעם מען שפירט דעמאלט אין דעם יום טוב סוכות".
דאס לערנט אונז דער רבי, מיר זאלן בעטן פאר יעדע מצוה און פאר יעדע יום טוב וכו' אז מיר זאלן זוכה זיין צו האבן א געפיל, א געשמאק און א טעם אינעם יום טוב, ווייל ווי מער א מענטש בעט דעם אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו א שיינע און פרייליכע יום טוב, אלץ א שענערע יום טוב האט ער.
איך שיק דיר דא בילדער ווי מען בויט ווייטער דעם בנין אין אומאן, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט דאס זיין א ליכט פאר די גאנצע וועלט; וואויל איז דער וואס נעמט א חלק אין דעם.
א גוט שבת און א גוטן חודש.