מכתב יומי

ד ניסן תשפ"א

March 17 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקרא, ד' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט העלפן אין שטוב אויסרוימען דעם חמץ; דער עיקר וואס די ווייב ערווארט פונעם מאן איז די גוטע ווערטער און די חיזוק, די אוזן קשבת, אויסהערן וואס זי קרעכצט און וואס זי זאגט.


בנוגע די גרויסע הוצאות יום טוב; דו ווייסט די מעשה מיט די מאלפע, א איד האט געהאט א קרעטשמע, דאס איז געווען זיין פרנסה; זיין פרנסה איז געווען מיט גרויס דוחק, קוים וואס ער האט געהאט צו לעבן. געלט האט ער נישט געהאט אבער ער האט געהאט א זאך וואס איז מער פון געלט, ער האט געהאט א שטארקע אמונה; ביי אים איז געווען זיכער אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן, ער האט גארנישט גע'דאגה'ט.


איינמאל פרעגט אים דער בעל הבית - דער פריץ: "פון וואו וועסטו האבן געלט אויף יום טוב פסח? דו האסט דאך גארנישט!" האט אים דער איד געענטפערט מיט א שמייכל: "דער אייבערשטער וועט מיר נישט פארלאזן; ער געט מיר פרנסה א גאנץ יאר און ער וועט מיר נישט פארלאזן יעצט פסח אויך נישט".


דער פריץ האט געטראכט: 'איך וועל ווייזן דעם איד, איך וועל זיכער מאכן אז דער איד זאל זיין צושאנד און צושפאט'; דער פריץ האט זיך געזעצט ציילן זיין געלט, ער האט גענומען יעדע רענדל און געקלאפט דערמיט אויף זיינע ציין צו הערן פון די קול אויב עס איז עכט גאלד אדער פאלש, דער פריץ האט געהאט א מאלפע און א מאלפע מאכט דאך אלעס נאך, ווען דער פריץ איז ארויסגעגאנגען פון שטוב האט די מאלפע אנגעהויבן עסן די גאלדענע מטבעות ביז עס האט גע'פגר'ט, דער פריץ איז אויפגעשטאנען צופרי און געזען אז זיין מאלפע ליגט טויט, ער האט זיך זייער אויפגערעגט און ער האט געטראכט אז ער וועט טשעפען דעם איד דערמיט.


ער האט גענומען די טויטע מאלפע און געהייסן זיין באדינער זאל עס אריינווארפן צום איד אין שטוב. דער איד זיצט אין זיין שטוב, אינמיטן הערט ער א קראך, ער איז געלאפן קוקן און זעט א טויטע מאלפע ליגט אויף דער ערד, ער האט גלייך דערקענט אז דאס איז די מאלפע פונעם פריץ, הייבט ער עס אויף ארויס צו טראגן און ער זעט ווי עס פאלט ארויס פון די מאלפעס מויל גאלדענע מטבעות, האט ער שוין געהאט אויף יום טוב.


פסח ביינאכט האט דער פריץ געוואלט זען וואס טוט זיך ביי דעם איד; איז ער געגאנגען קוקן און געזען ווי דער איד זיצט ווי א מלך מיט זיין ווייב און קינדער ביים טיש, הערליך שיין, אזוי ווי אלע אידן וואס זעען אויס ווי קעניגן פסח ביינאכט, ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, גייט ער אריין און פרעגט דעם איד פון וואו ער האט דאס אלעס? דערציילט אים דער איד די גאנצע מעשה; האט שוין דער פריץ געמוזט מודה זיין אז דער אייבערשטער געבט פרנסה.


מיין נישט אז היינט איז נישטא די מעשיות, היינט איז דא די זעלבע מעשיות; די וואס האבן א שטארקע אמונה - די וועלן דיר דערציילן מעשיות פון תפילה, מעשיות פון ניסים, נאך שענער פון די מעשה.


איך אליינס האב א מעשה וואס איך קען נאכנישט דערציילן, וואס האט פאסירט מיט מיר די וואך; דער אייבערשטער איז אזוי גוט צו מיר, ער העלפט מיר מיט יעדע זאך; וויפיל איך וועל אים דאנקען קען איך נישט אנקומען אים צו דאנקען פאר זיינע גוטס וואס ער טוט מיט מיר. בעיקר אויף די גרויסע נס אז איך ווייס פון רבי'ן, איך ווייס אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, איך שפיר דעם אייבערשטן; איך שפיר די זיסע איינגענעמע טעם פון די ליכטיגקייט וואס שיינט אויף די וועלט.


אויב דו ווילסט עס אויך שפירן, דו ווילסט אויך האבן די זיסע טעם - נעם די עצה פון רבי'ן; גיי שפאצירן מיט'ן אייבערשטן, רעד זיך אויס צו אים, שמועס מיט אים, דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר - וועט מקוים ווערן וואס שטייט אין די תורה (ויקרא כו, יב): "וְהִתְהַלַּכְתִּי בְּתוֹכְכֶם, וְהָיִיתִי לָכֶם לֵאלֹקִים, וְאַתֶּם תִּהְיוּ לִי לְעָם", זאגט רש"י: "אֲטַיֵּל עִמָּכֶם בְּגַן עֵדֶן כְּאֶחָד מִכֶּם", מען קען זוכה זיין צו שפאצירן מיט'ן אייבערשטן און זיין אין גן עדן, עיין שם; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אויפ'ן גאס און רעדט צום אייבערשטן, ער שמועסט זיך אויס אלעס וואס באדערט אים - גייט ער אויף א שפאציר מיט'ן אייבערשטן.


איך קען נישט ווייטער שרייבן, איך דארף גיין העלפן אין שטוב אנגרייטן דעם יום טוב; אויך איז מיין ווייב נעכטן אהיים געקומען פון זיך אפרוען נאכן האבן דעם קינד, איך דארף איר העלפן; איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקרא, ד' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך האף דו וועסט געבן דיינע צדקות פאר די ישיבה וואס האט דיר געהאלפן און העלפט דיר; מיר ווארטן און מיר קוקן ארויס אז אנשי שלומינו זאלן העלפן די מוסד.


מיר דארפן יעצט באצאלן די מלמדים, טיטשערס און אלע איינגעשטעלטע אינעם מוסד.


אויך זאלסטו העלפן די גבאים וואס דעקן די חודש'ליכע רענט, אויך האבן מיר טייערע חשוב'ע כולל אינגעלייט; וואויל איז דעם וואס געבט צדקה, ער וועט געבענטשט ווערן פונעם אייבערשטן.


וואס זאל איך דיר זאגן, איך זע אז מען דארף האבן א זכיה צו געבן צדקה אויף די ריכטיגע פלאץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת ויקרא, ה' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


נאך אביסל גייען מיר עסן די הייליגע מצה, מצה ברענגט אמונה; דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת בא מא.): מצה איז "מֵיכְלָא דִּמְהֵימְנוּתָא" - עסן וואס ברענגט אמונה, עסן וואס געבט א רפואה (זוהר פרשת תצוה, קפג:). די הייליגע מצה געבט אמונה, עס לייטערט אויס דעם מענטש ער זאל לעבן מיט'ן אייבערשטן און אז מען לעבט מיט'ן אייבערשטן קען מען זיך שטארקן אין די שווערסטע צייטן.


איך בעט דיר זייער, יעצט אין די צייטן וואס מען רוימט די חמץ; די ווייבער זענען זייער איבערגעשטרענגט, זיי זענען זיך מוסר נפש פאר די הייליגע יום טוב - זאלסטו איר העלפן. און אויב מען זאגט דיר א ווארט, זאלסטו עס נישט אנעמען פאר שלעכטס, זאלסט דן זיין לכף זכות - וועסטו זוכה זיין צו א שיינע יום טוב.


אין שטוב דארף מען האבן אייזערנע נערווען; עס קען נישט זיין שלום אין שטוב נאר אויב דו וועסט האבן די גאלדענע מידה פון סבלנות. דער וואס האט געדולד - דער איז געבענטשט; מען קען דורכגיין די שווערסטע זאכן אין לעבן - אויב מען האט סבלנות.


דער רבי האט דערציילט (כוכבי אור, סיפורים נפלאים): עס איז געווען א גוי וואס האט זיך געדריידט מיט ארעמעלייט און ער האט געהערט ווי די אידן שמועסן צווישן זיך אז נאך אביסל קומט שוין דער יום טוב פסח; ער האט זיך אינטערעסירט וואס איז דאס 'פסח', האט מען אים דערציילט ווי שיין דער יום טוב איז; מען פראוועט א סדר און אלע אידן - אפילו ארעמעלייט - עסן א געשמאקע רייכע סעודה; מען זיצט ביים טיש ווי קעניגן, מען עסט, מען טרינקט און מען איז פרייליך. די ארעמעלייט האבן אים געזאגט אז עס לוינט זיך צו פאסטן אפאר טעג פאר יום טוב כדי מען זאל זיין גוט הונגעריג צום סדר, דער גוי האט געטראכט צו זיך: 'איך מוז דאס אויספרובירן; איך וועל זיך פארשטעלן ווי א איד אז איך זאל כאטש איין מאל אין לעבן האבן א גוטע סעודה'.


פסח ביינאכט האט זיך דער גוי איינגעלאדנט ביי א איד צום סדר, ענדליך הייבט מען שוין אן, ער זיצט ביים סדר און ער ווארט צו עסן די פיינע שיינע סעודה. ווען עס איז געקומען צו מרור און ער האט שוין נישט אויסגעהאלטן זיין הונגער, האט ער געטראכט צו זיך אז מען האט אים דא זיכער אויסגעשפילט, ווייל ער ווארט אזוי לאנג אויף די סעודה און מען דריידט ארום מיט אים, האט ער זיך אויפגערעגט און אנטלאפן.


שפעטער ווען ער האט געטראפן זיינע פריינט און זיי דערציילט אז מען האט אים געלאזט אויסהונגערן ביז מען האט אריינגעברענגט א שארפע עסן וכו' וכו', האבן זיי אים געזאגט: "פארוואס ביסטו אנטלאפן פאר שלחן עורך? ווען דו ווארטסט ווען אויס נאך אביסל - וואלסטו געהאט א הערליכע סעודה".


פארשטייט זיך אז מען מוז האבן א שטארקע אמונה, מיט אמונה קען מען האבן סבלנות; דער וואס גלייבט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, טוט אלעס, איז אלעס - דער האט געדולד, ער ווארט אויף די ישועה, ווידעראום, אן אמונה האט מען נישט קיין סבלנות, אן אמונה איז מען טאג און נאכט כעס'יג.


איך בין שוין אזוי פרייליך פאר'ן יום טוב.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף העלפן אין שטוב מאכן פסח.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.