מכתב יומי
ב ניסן תשפ"ב
April 03 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מצורע, ב' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער, אויבן אין הימל טוט זיך א רעש, מען קוקט אראפ, מען זעט ווי אידישע קינדער רוימען אויס די חמץ; נישטא קיין שטוב וואס מען רוימט נישט, אלע שטובער זענען איבערגעדרייט, מען ארבעט אריינצוברענגען דעם הייליגן יום טוב פסח, מי כעמך ישראל!
מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו איז אמאל ארומגעגאנגען פסח זיך נאכפרעגן פון איין איד צום צווייטן צי ער האט אביסל ביר פאר אים, אלע האבן אים געענטפערט: "חס ושלום, ביר איז חמץ!" האט ער געפרעגט: "אויב איך וועל דיר באצאלן דערפאר מער, צוויי מאל די ווערד פון א פלעשל ביר - וועסטו מיר יא געבן?" האט מען אים ווידער געענטפערט: "ניין! ביר איז חמץ", זאגט דער הייליגער בארדיטשובער רב: "ווייסטו וואס, איך דארף זייער וויכטיג א פלעשל ביר, איך בין אפילו גרייט צו צאלן ביז טויזנט רובל", אבער יענער האלט זיך ביי זייניגע און שרייט ווייטער אז ביר איז חמץ. איז ער צוגעגאנגען צו א גוי און אים געפרעגט צי ער האט אים צו פארקויפן זיידן, דעמאלט האט די רעגירונג נישט געלאזט האנדלען מיט זיידן, האט דער גוי געזאגט: "ניין, מען טאר נישט האנדלען מיט זיידן, מען קען באקומען פאר דעם תפיסה", זאגט דער הייליגער בארדיטשובער רב: "ווייסטו וואס, איך דארף זייער וויכטיג האבן זיידן, איך בין גרייט צו צאלן ביז טויזנט רובל", האט דער גוי געזאגט: "ווארט מיר דארט און דארט, איך וועל דיר ברענגען זיידן"; האט זיך דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו אנגערופן פאר'ן באשעפער: "הייליגער באשעפער, קוק אן די אידישע קינדער; דו שרייבסט אין די תורה (שמות יג, יז): 'וְלֹא יֵרָאֶה לְךָ חָמֵץ וְלֹא יֵרָאֶה לְךָ שְׂאֹר בְּכָל גְּבֻלֶךָ', עס זענען נישטא קיין פאליציי וואס קוקן דאס נאך, מיט דעם אלעם קען מען נישט טרעפן קיין ברעקל חמץ ביי קיין איין איד, (דברי הימים-א יז, כא): 'מִי כְּעַמְּךָ יִשְׂרָאֵל גּוֹי אֶחָד בָּאָרֶץ'".
אן אינטערעסאנטע זאך האב איך אמאל געהערט פון מוהרא"ש. דער מאן זאל אראפשרייבן אלע טענות וואס ער האט אויף זיין ווייב און זי זאל אראפשרייבן אלע טענות וואס זי האט אויף אים, יעדע סארט טענה זאל מען אראפשרייבן, און דאס אריינווארפן אין די פייער ביי שריפת חמץ, אזוי וועט מען זוכה זיין ארויסצוגיין פון מצרים.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.