מכתב יומי

כט אדר ב' תשפ"ב

April 01 2022

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת תזריע-החודש, כ"ט אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת החודש, שבת ראש חודש, שבת דעם רבינ'ס יום הולדת - איז א גוטע צייט זיך צו באנייען, אנהויבן פון פריש זיין אן ערליכער איד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה יא.): "בניסן נגאלו אבותינו ממצרים", חודש ניסן זענען אונזערע עלטערן ארויס פון מצרים, "ובניסן עתידין ליגאל", און אין חודש ניסן וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן; איז דאך יעצט א פאסיגע צייט אויסגעלייזט צו ווערן - יעדער איינער - פון זיין גלות.


ווי אזוי גייט מען ארויס פון גלות מצרים? דורך רעדן צום אייבערשטן, אלע צרות און פראבלעמען איז נאר ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן; ווען מען געדענקט אז דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס, עס איז גארנישט דא אויסער אים - גייען אוועק אלע פראבלעמען, מען ווערט אויסגעלייזט.


א איד איז געקומען פסח צו מוהרא"ש און געקרעכצט: "ווי אזוי איז מען זוכה צום פסח אליינס?" ווייל רבי נתן פלעגט זאגן, אויף פסח וועט זיין געלט, "אויף פסח וועט זיין", עסן אויף פסח וועט זיין, "אבער ווי נעמט מען דעם פסח אליינס?" ווי נעמט מען דעם קדושת הפסח; דער איד האט אזוי געקרעכצט צו מוהרא"ש: "ווי איז מען זוכה צום פסח?" האט אים מוהרא"ש געזאגט שארף און קלאר: "דו ווילסט זוכה זיין צום פסח? עפן דיין מויל און הויב אן רעדן צום אייבערשטן, דו האסט א גרינגע וועג צו קומען צו אלע מדריגות".


א איד דערציילט, ער האט אמאל גערעדט מיט מוהרא"ש, ער האט געבעטן מוהרא"ש זאל אים געבן אן עצה ווי אזוי מען איז זוכה צו קדושה וטהרה, מוהרא"ש איז דעמאלט געשטאנען אינדרויסן פון שטוב און געהאלטן אינמיטן נעמען די פאסט, מוהרא"ש זאגט אים: "קוק איך וועל דיר ווייזן אין די פאסט ווי אזוי מען איז זוכה צו קדושה וטהרה", ער נעמט ארויס די פאסט, דארט איז געלעגן א הזמנה פאר א חתונה, מוהרא"ש עפנט עס אויף און ווייזט אים: "קוק וואס מען שרייבט דיר, 'קידושא רבה אחר התפילה' מען איז זוכה צו קדושה רבה נאכן דאווענען"; אז מען בעט דעם אייבערשטן, מען עפנט די מויל און מען שעפשעט א תפילה: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג, איך וויל זיין אפגעהיטן" - דאס ברענגט צו די גרעסטע קדושה.


מאך זיך נישט נאריש מיט חומרות, ברענג אריין דעם פסח מיט שמחה און דביקות אינעם אייבערשטן, דער רבי האט נישט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין חומרות אפילו פסח. ברענג אריין דעם פסח מיט שמחה, און בעט דעם אייבערשטן זאלסט האבן א שיינעם פסח, זאלסט ניצול ווערן פון חמץ.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן יעדעס יאר פסח די מעשה פון רבי דוד ממיקולייב זכר צדיק לברכה, א תלמיד פון בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, וואס האט זיך אונטערגענומען צו מאכן וויין פאר'ן הייליגן בעל שם טוב. ער האט עס אליינס געמאכט מיט אלע חומרות, מיט אלע ענינים און מיט אלע בחינות וכו' וכו'. אויפ'ן וועג אהיים האט מען אים אפגעשטעלט ביים גרעניץ, ר' דוד האט זייער געהאפט אז מען גייט נישט עפענען דעם טייערן פאס, אבער צו זיין גרויס ווייטאג האט דער גרעניץ וועכטער געעפנט די וויין און עס געמאכט יין נסך. למעשה איז ער צוריקגעקומען צום הייליגן בעל שם טוב מיט ליידיגע הענט און ער איז געווען זייער צעבראכן פארוואס דאס האט פאסירט, האט אים דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט: "האסטו געבעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן לטובה?" האט ער געענטפערט פאר'ן הייליגן בעל שם טוב אז ער האט טאקע אינגאנצן פארגעסן צו בעטן דעם אייבערשטן.


א פרייליכן שבת און א גוטן חודש.