מכתב יומי

ג סיון תשפ

May 26 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


זע צו דאווענען יום טוב שבועות מיט תלמידי היכל הקודש; שבועות איז א צייט וואס אנשי שלומינו קומען זיך צוזאמען, מיט דעם ווערט מען ניצול פון דעם עונש פון עולם התוהו.


דער רבי האט דערציילט (פעולת הצדיק, סימן תתמו) עס איז געווען א רב וואס האט געהאט זייער א נאנטער חבר און זיי האבן מחמת גרויס ליבשאפט אפגעמאכט מיט א 'תקיעת כף' אז ווער עס וועט פריער נסתלק ווערן וועט קומען דערציילן פאר'ן צווייטן וואס עס טוט זיך אפ אויבן אין הימל. דער רב איז קודם נפטר געווארן און עס איז אריבער צען יאר וואס דער חבר האט געווארט אז דער רב זאל אים קומען דערציילן וואס עס טוט זיך אפ אויבן, און דער רב איז נישט געקומען. עס איז געקומען די צייט וואס דער חבר האט שוין געדארפט אוועק גיין פון די וועלט האט ער גערופן זיין זון ער האט אים דערציילט די מעשה און אים געזאגט אז ער געבט אים איבער די 'תקיעת כף'.


עס איז אריבער נאך צען יאר און דער רב איז נאך אלץ נישט געקומען, און עס איז געקומען די צייט אז דער זון האט שוין געדארפט נפטר ווערן האט ער גערופן זיין זון - אן אייניקל פונעם רב'ס חבר, און אים איבערגעגעבן דעם 'תקיעת כף'.


נאך אכט יאר האט זיך דער רב באוויזן צו דעם אייניקל און ער האט אים דערציילט אזוי: גלייך ווען מען האט מיך אריין געלייגט אין קבר האט זיך מיר געדאכט אז איך לעב נאך, אז איך בין געזונט אין פריש, און איך האב זיך זייער גערעגט: "וואס הייסט מען נעמט א געזונטער מענטש און מען באערדיגט אים?!" האב איך געטראכט וואס מען קען דא טון, האב איך אפגעמאכט אז איך וועל ארויס קריכן פון מיין קבר און אהיים גיין. אומר ועושה; איך האב אנגעהויבן ארויס צו קריכן פונעם קבר - אלעס איז נאר א חלום - אבער איך האב זיך געשעמט אהיים צו גיין מיט תכריכים, האב איך געווארט ביז עס וועט ווערן נאכט, דעמאלט וועל איך אהיים גיין, אין די טונקל ווען קיינער זעט נישט. שפעטער האב איך געטראכט אז איך קען נישט אנקומען אינמיטן די נאכט ביי מיר אין שטוב מיט תכריכים, ווייל די משפחה וועט שטארבן פון שרעק.


אזוי טראכטנדיג דאכט זיך מיר ווי איך זע א פעדלער גייט ארום פארקויפן מלבושים, און איך זע אז ער האט אויך רבי'שע מלבושים, בין איך צוגעגאנגען צו אים און אנגעהויבן צו שמועסן מיט אים, און איך זאג אים: אפשר ווילסטו זיך טוישן, איך געב דיר מיינע תכריכים און די געב מיר די רבי'שע קליידער? און דער פעדלער האט מסכים געווען; איך האב זיך אנגעטון מיט די רבי'שע קליידער און איך בין אריין אין שטאט, איך האב אבער געזען אז איך האב מיך טועה געווען, און דאס איז נישט דער שטאט ווי איך וואוין, אזוי האב איך געוואנדערט פון איין פלאץ צום צווייטן, אינצווישן בין איך געווארן הונגעריג, איך האב געטראפן א קאך און איך האב געבעטן עסן, האט מען מיר געפרעגט צי איך האב צו באצאלן, ווען איך האב געענטפערט "ניין" האט מען מיר ארויס געשיקט. איך בין ארויס געגאנגען זייער צעבראכן, ארויסקומענדיג האב איך געזען ווי צוויי מענטשן קריגן זיך, האב איך זיי געפרעגט: "אפשר קען איך מאכן א דין תורה פאר אייך? איך בין א רב", זיי האבן מסכים געווען, האב איך זיי גע'פסק'נט דעם דין תורה און איינער האט מיר באצאלט צוויי גאלדענע מטבעות, בין איך צוריק געגאנגען צו די קאך און געבעטן אביסל ברוינפן. אזוי ווי איך וויל שוין טרינקען קומען אריין צוויי מענטשן און זאגן מיר אז בית דין רופט מיך, איך זאל שוין קומען; האב איך זיי געבעטן אז איך וויל קודם עסן ווייל איך בין זייער הונגעריג, אבער זיי האבן געשריגן און מיך געווארנט אז איך מוז שוין גיין מיט זיי.


איך קום אן צום בית דין און מען האלט מיך פאר: "היתכן, ווי מעג א פרעמדער רב פסק'נען דא א דין תורה?" און מען האט געהייסן אז מען זאל נאכזוכן ביי מיר צי איך האב גענומען שוחד, און מען האט געטראפן די צוויי גאלדענע מטבעות וואס איינער פון די מענטשן האבן מיר באצאלט, האט בית דין גע'פסק'נט אז מען זאל מיך אויסטון מיינע קליידער און ארויס לייגן נאקעט אויפ'ן גאס, אלס א שטראף אז איך האב גענומען שוחד.


פארציילט דער רב ווייטער פאר דעם אייניקל אין חלום: איך האב געהאט מורא'דיגע צער און מורא'דיגע בושות, האב איך געטראכט אז עס איז מיר שוין בעסער צוריק צו גיין אין קבר, ווייל איידער אזא לעבן איז שוין בעסער דעם טויט, אבער ווי אזוי קען איך צוריק גיין אין קבר אן תכריכים?! אזוי ווארטנדיג הערט ער ווי מען זאגט: "ווי לאנג נאך וועט מען אים מצער זיין? לאמיר אים אויסזאגן דעם אמת אז ער איז טויט", (דער רבי האט געזאגט: "מסתמא האבן זיינע זכותים דאס גע'טענה'ט"), האט מען געזאגט אז מען קען אים נישט טראגן צום בית דין של מעלה פאר ער איז מקיים דעם 'תקיעת כף', דערפאר קומט ער יעצט דערציילן פאר'ן אייניקל וואס טוט זיך אויבן, און דאס האט גענומען אכט אין צוואנציג יאר; האט דער רבי אויסגעפירט: "אבער ווער עס וועט קומען צו מיר דריי מאל א יאר: 'ראש השנה', 'שבת חנוכה' און 'שבועות', וועט געראטעוועט ווערן פון דעם עונש פון עולם התוהו".


עס איז דא אסאך מניעות צו דאווענען מיט אנשי שלומינו - תלמידי היכל הקודש; דער יצר הרע ציטערט זייער פון רבי'ן, ער האט אן א שיעור גוטע סיבות וואס ער רעדט איין דעם מענטש נישט צו קומען דאווענען צווישן אנשי שלומינו.


איך בעט דיר זייער טייערע ליבער חבר, שפרינג אריבער אויף אלע מניעות און קום דאווענען צווישן ערליכע אידן, וועסטו געראטעוועט ווערן פון עולם התוהו אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


עס איז טאקע נאך נישט נאנט צום יום טוב ראש השנה, אבער ביי אונז זינגט מען שוין: "אומאן – אומאן, ראש השנה".


היינט האט מען אנגעהויבן ווייטער צו בויען דעם בנין אין אומאן; איך שיק דיר בילדער ווי מען בויט דעם בנין.


איך בין אזוי פרייליך ווען איך טראכט פון רבינ'ס ראש השנה; איך שפיר ווי אלעס ווערט מיר שוין גרינגער.


דינג שוין א בעט ביי אונז ווי לאנג עס איז נאך דא בעטן.


מארגן מיטוואך וועט זיין דער שיעור הכנה לקבלת התורה, קום צום שיעור; איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.