מכתב יומי

ג שבט תשע"ח

January 19 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בא, ג' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


ערב שבת איז א צייט וואס מען דארף העלפן אין שטוב צו גרייטן דעם שבת, זע צו העלפן אין שטוב אלעס וואס מען דארף אנגרייטן פארן שבת, טו עס מיט א שמחה און געשמאק.


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן נישט צו לייגן א פחד אין שטוב אויף דיין ווייב און קינדער ווייל דאס ברענגט נישט קיין גוטע תוצאות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ז.): "לְעוֹלָם אַל יַטִּיל אָדָם אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹך בֵיתוֹ", א מענטש זאל קיינמאל נישט ווארפן א פחד אין זיין שטוב, ווייל מען זעט ביי די מעשה פון פלגש בגבעה ווי עס זענען גע'הרג'ט געווארן צענדליגע טויזענטער אידן און אלעס האט זיך אנגעפאנגען ווייל ער האט איר דערשראקן ביז זי איז אנטלאפן פון אים פון פחד.


נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (שם): אָמַר רַב יְהוּדָה אָמַר רַב: "כָּל הַמֵּטִיל אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹ בֵיתוֹ, סוֹף הוּא בָּא לִידֵי שָׁלֹשׁ עֲבֵירוֹת: גִלּוּי עֲרָיוֹת, וּשְׁפִיכוּת דָּמִים, וְחִלּוּל שַׁבָּת", ווער עס לייגט א פחד אין שטוב וועט צום סוף צוקומען צו 'גילוי עריות', 'שפיכות דמים' און 'חילול שבת'. די גמרא פארציילט אז עס איז געווען א מענטש וואס האט געווארפן א גרויסע פחד אויף זיינע משרתים און דאס האט צוגעברענגט אז מען האט אים מכשיל געווען מיט אבר מן החי. ווייל זיי האבן פארלוירן די כשר'ע פלייש וואס מען האט אים געדארפט ברענגען און זיי האבן זייער מורא געהאט אז ער וועט שרייען אויף זיי: "וואו איז די פלייש?!" האבן זיי אראפ געשניטן א שטיקל פלייש פון א לעבעדיגע בהמה און דאס האבן זיי אים געברענגט צו עסן. דאס זעלבע זאגן חכמינו זכרונם לברכה, אז אויב מען לייגט א פחד אויף די ווייב וועט זי נאכדעם מחלל שבת זיין; ווייל אויב זי וועט זען אז די עסן קאכט נישט וועט זי מורא האבן פון איר מאן און זי וועט גרעסער מאכן די פייער, וכדומה לזה.


זע צו גיין אין מקוה לכבוד שבת; מיר זענען ברסלב'ער חסידים דארפן מיר זיין נזהר אין מקוה. איך האף אז דו גייסט יעדן טאג אין מקוה בפרט אויב דו ביסט אראפ געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית דעמאלט דארף מען זיך זייער אנשטרענגען צו גיין אין מקוה, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): "דאס ערשטע איז מקוה"; ווייל מקוה נעמט אראפ אלע שמוץ וואס האט זיך אנגעקלעבט אויפן נשמה דורך די עבירות.


דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו האט געזאגט (דברי אהרן, קארלין): "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה נישט צוברענגען".


מקוה איז זייער א גרויסע זאך, ווייל ווען א מענטש טובל'ט זיך אין מקוה טובל'ט מען אין די זעלבע צייט זיין נשמה אויבן אין הימל און מען איז זוכה אראפ צו נעמען פון זיך אלע דינים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל-יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה".


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז ער איז צו געקומען צו אלע זיינע מדריגות דורכדעם וואס ער איז געווען זייער נזהר צו גיין אין מקוה יעדן טאג (עיין בספר ליקוטים יקרים, סימן קעח).


דעם מוצאי שבת מאכן די תלמידים א מלוה מלכה "מסיבת הכרת הטוב" פאר אלע תלמידי ישיבה וואס העלפן א גאנץ יאר די ישיבה; מיר וועלן זיך מחזק זיין און צוזאמען איבער'חזר'ן די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן און אז עס איז ביי אונז ממש מקוים געווארן דעם פסוק (תהלים קיג, ז): "מְקִימִי מֵעָפָר דָּל, מֵאַשְׁפֹּת יָרִים אֶבְיוֹן"; יעדער פון אונז ווייסט דאך ווי אזוי מיר האבן אויסגעזען פאר מיר האבן זיך דערוואוסט פון רבי'ן. מיר זענען געווען ארעם, מיר זענען געליגן אין אשפות וכו' און היינט איז ביי אונז מקוים געווארן (שם, ח): "לְהוֹשִׁיבִי עִם נְדִיבִים עִם נְדִיבֵי עַמּוֹ", מיר זענען נאנט צום אייבערשטן, מיר לעבן מיט אמונה זכה וברורה, דער רבי איז אונז מזכה מיט כל טוב, שיעורים בכל התורה כולה - אִילוּ פִינוּ מָלֵא שִׁירָה כַּיָּם וְכוּ', אֵין אֲנַחְנוּ מַסְפִּיקִים לְהוֹדוֹת לְּך.


א פרייליכן שבת.